וועלט-פירער קומען אן קיין בריסל צו נאטא סאמיט

דרייסיג וועלט-פירער וואס זענען א פאראייניגונג, באקאנט אלץ 'נאטא', זענען אנגעקומען קיין בריסל-בעלגיע, וואו ס'האט זיך היינט אנגעהויבן די נאטא סאמיט פון יאר 2021.

דאס רעכנט אריין דער טערקישער פרעזידענט, 'ראסאפ טייאפ ערדואן', וואס איז געקומען צו פארן אלץ טייל פון נאטא, כאטש וואס ער זעט זיך נישט אויג צו אויג מיט רוב פון די נאטא לענדער.

פרעזידענט ביידען האט זיך היינט געזעצט פאר א מיטינג מיט די נאטא פירער, ווי ער האט געזאגט צווישן אנדערע: "איך וויל אז אייראפע זאל וויסן אז אמעריקע איז דא".

ביידען קומט אהין מיט א שטייפע טאן קעגן כינע, שטעלט זיך נאר פראגע אויב ער גייט קענען איבערצייגן די אנדערע לענדער צו נעמען די שטייפע שטעלונגען וואס ער וויל.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל