פלארידע גאווערנער ערלויבט ארטיגע הצלה אפצופירן פאציענטן אין שפיטאל

דער פלארידע גאווערנער, 'ראן דיסאנטיס', האט היינט אונטערגעשריבן א געזעץ, וואס ערלויבט די ארטיגע הצלה אליין אפצופירן פאציענטן אין די שפיטעלער, און אזוי ראטעווען אידישע נפשות.

ביז היינט איז די ארטיגע הצלה נישט געווען ערלויבט צו אפפירן פאציענטן אין שפיטאל, נאר זענען געווען געצווינגען צו ווארטן ביז די שטאטישע עמערדזשענסי אגענטורן קומען אפנעמען דעם פאציענט.

היינט נאכמיטאג האט ראן דיסענטיס אונטערגעשריבן די געזעץ אין א בית המדרש אין די שטאט 'בעל הארבער-פלארידע', ארומגענומען מיט ארטיגע אידישע פירער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל