הויכער באאמטער אין די יוסטיץ דעפארטמענט רעזיגנירט

א הויכער באאמטער אין די יוסטיץ דעפארטמענט, גייט רעזיגנירן, נאכפאלגנדיג די אויפדעקונג דורך די ניו-יורק טיימס, אז די יוסטיץ דעפארטמענט, אונטער 'וויליאם באר', האט געזאמלט אינפארמאציע פון הויכע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און זייערע פאמיליעס, ווי אויך רעפארטערס פון פיינטליכע צייטונגען, וועם טראמפ האט נישט ליב געהאט, וויבאלד זיי פלעגן זיין נעגאטיוו געשטימט קעגן אים.

די סקאנדאל ארום די פארלאנגטע אינפארמאציע ווערט אלץ ברייטער, ווען נאך מענטשן ווערן געוואויר אז זיי זענען אויך געווען צווישן די וואס זייער אינפארמאציע איז אנגעקומען צו די יוסטיץ דעפארטמענט.

די ניו-יארק טיימס האט אויפגעדעקט היינט, אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אויך סובפינעט די טעלעפאן-אקאונט פון די ווייסע הויז קאונסל אונטער טראמפ, 'דאן מיגען'.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל