מיליאנען ספיידערס באדעקן אן אויסטראליע געגנט

מיליאנען ספיידערס האבן זיך אראפגעלאזט אין א שטעטל אין אויסטראליע, וואו זיי האבן באדעקט די גאנצע שטח מיט זייער געוועב.

די מיליאנען ספיידערס זענען ארויפגעקומען אין איין געגנט אויף די ביימער, זיך צו באשיצן פון די גרויסע פארפלייצונגען וואס איז דארט פארגעקומען, און זוכן עפעס טריקענע געגנטער וואו זיך צו באזעצן.

די שפינען האבן באדעקט גאנצע שטחים מיט זייער געוועב, און ס'זעט אויס ווי א ווייסע דעקע האט איבערגעדעקט יענע געגנט.

אויף די שפין-געוועב זעט מען אויסגעלייגט מיליאנען שפינען, וואס רוען דארט, און קריכן ארום, בעת וואס די איינוואוינער ווייסן נישט וואס צוטון, און זענען פארעקלט פון די מאדנע סיטואציע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל