גרויסע געשלעגן האבן אויסגעבראכן אין די פאקיסטאנער פארלאמענט, ווען אפאזיציע געזעץ-געבער האבן זיך ארומגעשלאגן מיט די אמטירנדע פארטיי געזעץ-געבער.
די געשלעגן זענען פארגעגאנגען פאר א שיינע פאר מינוט, בעת וואס דער ארטיגער ספיקער פון די פארלאמענט האט פארגעלייגט א פרישע בודזשעט פלאן.
איינער איז פארוואונדעט געווארן אין די געשלעגן, און דער ספיקער האט ארויסגעווארפן זיבן געזעץ-געבער, צוליב זייער ראלע אין די נעכטיגע געשלעגן.
פאפירן און אנדערע אביעקטן זענען געפלויגן אין די לופטן פון איין זייט צו די צווייטע, ווען געשרייען און שפעט-ווערטער זענען געהערט געווארן פון ביידע זייטן. אנדערע געזעץ-געבער זענען געזיצן געפלעפט אויף זייערע פלעצער, נישט גלייבנדיג אז דאס לאנד'ס פארלאמענט איז געווארן א שלאכט-פעלד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה