כינעזער פליגערס פליען נאנט צו טייוואן

טייוואן באאמטע האבן אויפגעכאפט אזויפיל ווי 28 כינעזער מיליטערישע פליגער, פליען פארביי נאנט צו זייער טעריטאריע, און א פרישע שריט פון אגרעסיע דורך די כינעזער רעגירונג.

טייוואן האט זאפארט ארויסגעשיקט מעסעדזשעס צו די פליגערס אז זיי זאלן אוועקפליען פון דארט, און האבן אויסגעשטעלט זייער מיסל-שוץ סיסטעם אין יענעם ריכטונג.

דאס קומט דערנאך וואס די ערשטע מאל אין היסטאריע איז כינע געווען איינע פון די הויפט-געשפרעכן ביי די דזשי 7 סאמיט, וואס איז נארוואס פארגעקומען אין ענגלאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל