כינע פליט פארביי אין מאלאזיע טערעטאריע

מאלאזיע האט גערופן כינעזער דיפלאמאטן, צו ערקלערן די מיליטערישע אנוועזנהייט פון כינעזער מלחמה-פליגער אין מאלאזיע טעריטאריע.

די כינעזער פליגער זענען געזען געווארן העכער די וואסערן, וואס מאלאזיע זאגט אז ס'איז אין איר טעריטאריע, און דערנאך וואס די פליגער האבן נישט רעאגירט צו רופן, האט די מאלאזיע מיליטער ארויפגעשיקט עטליכע פליגערס צו קאנפראנטירן די כינעזער אריינדרינגער.

כינע זאגט אז זיי האבן נישט פארלעצט קיינעמ'ס לופט-רעכטן, און אז ס'איז געווען א רוטינער טרענירונג מיסיע. אבער דער מאלאזיער אויסערן-מיניסטער האט עס אנגערופן א דרויסנדיגע אריינדרינגונג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל