געדעכטע רויעך איז נעכטן געזען געווארן איבער טעהראן, דערנאך וואס אן אויפרייס האט אונטערגעצינדן א גרויסע אויל-איינריכטונג אין אן אינדוסטריעלע געגנט אין שטאט.
די פלאמען האבן זיך שנעל פארשפרייט, און געלאפן פון איין טאנק צו דער צווייטע, ארויפשיסנדיג פלאמען הונדערטער פיס אין דער לופטן.
אן איראנער ווארט-זאגער, 'מענסאר זארדארי', זאגט, אז אן ארויסרינונג אין איינע פון די גאזאלין פייפליינס האבן צוגעברענגט צום אויפרייס. איראנער באאמטע זאגן אז ביזדערווייל ווייסן זיי נישט פון קיינע געשעדיגטע אין די פייער.
דאס קומט אין די זעלבע טאג וואס די גרעסטע איראנער מלחמה-שיף האט געזינקען אין ים, נאכן פארכאפט ווערן אין פלאמען.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה