50 מיליאן פייזער וואקסינס ערווארטעט אנצוקומען קיין אינדיע

אזויפיל ווי איבער 50 מיליאן דאזעס פון די קאראנע וואקסין פון פייזער, זענען ערווארטעט אנצוקומען אין די קומענדיגע טעג אין אינדיע.

דאס איז גוטע נייעס פאר אינדיע, דערנאך וואס דאס לאנד איז שוין ערשעפט פון די שרעקליכע קאראנע אויסברוך וואס האט ארומגענומען אינדיע אין די לעצטע וואכן, און א גרויסע קוואנטום פון וואקסינס וועט עטוואס שטילן די מאנגעל וואס איז דא אין לאנד.

אינדיע האט טאקע מער פון א ביליאן מענטשן, אבער נאך אלעם איז פופציג מיליאן א גרויסע נומער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל