פרעזידענט קומט אן אין שווייץ
בילד: פרעזידענט ביידען מארשירט אראפ פונעם פרעזידענטליכן פליגער אין שווייץ

פרעזידענט 'ביידען' האט זיך היינט געטראפן מיט דער רוסישער פרעזידענט, 'וולאדאמיר פוטין', וואו די צוויי האבן אפגעהאלטן זיצונגען פאר עטליכע שעה, און דערנאך געגעבן א פרעסע-קאנפערענץ.

דער פרעזידענט איז נעכטן אנגעקומען קיין דזשעניווע-שווייץ, וואו א רויטע טעפיך איז אויסגעשפרייט געווארן פאר אים, ווי אויך פארן רוסישן פרעמיער מיניסטער.

ס'איז נעכטן באריכטעט געווארן אז דער רוסישער עקספערט, 'פיאנע היל', האט געהאלפן פרעזידענט ביידען זיך אנגרייטן פאר די סאמיט.


די גאסן פון דזשעניווע דעקארירט

די גאסן פון דזשעניווע זענען דעקארירט געווארן מיט רוסישע און אמעריקאנער פענער, און צענדליגער פרעסע-לייט פון איבער די גאנצע וועלט, זענען אהינגעקומען מיטצוהאלטן די אינטערעסאנטע מאמענט ווען די צוויי פיינטליכע לענדער גייען זיך טרעפן איינער מיטן צווייטן.

די פרעזידענטליכע אויטאס זענען שוין אנגעקומען עטליכע טעג צוריק אין שטאט, אזויווי די סיקרעט סערוויס טוט געווענליך, ווי אויך האבן זיי געברענגט די אנדערע אויטאס וואס פארן מיט מיטן פרעזידענטליכער מאטארקאדע.

דאס אלעס ווערט געברענגט מיט גרויסע מיליטערישע קארגא פליגער, און וואו דער פרעזידענט פארט ברענגט די סיקרעט סערוויס מיט אלע אויטאס און העליקאפטערס.

אויך דער רוסישער פרעזידענט האט אין א זעלטענע שריט געברענגט זיינע אייגענע אויטאס, וואס געווענליך טראגט ער עס נישט ארויס פון רוסלאנד, אבער ווי באקאנט איז פוטין זייער שטארק אין אויסשטעלן א פרעסע-בילד, אז ער זאל אויסזען מאכטפול און שטארק. אין רוסלאנד איז נישט דא אזא זאך אז א בילד אדער ווידיאו פון פוטין זאל ארויסגיין אנדעם וואס דער רוסישער דיקטאטור געבט די גרינע ליכט דערויף.

די גאסן פון דזשעניווע דעקארירט
בילד: צענדליגע סיקרעט סערוויס אויטאס אין פרעזידענט ביידענ'ס מאטארקאדע אין דזשעניווע


רוסישער פרעזידענט קומט אן ערשט

דער רוסישער פרעזידענט פוטין איז אנגעקומען צוערשט צו די געביידע וואו ס'איז פארגעקומען די סאמיט, און איז געקומען מיט זיינע הערליכע רייכע אויטאס, וואס ער האט מיטגעברענגט פון רוסלאנד, און איז אין גרויסן טייל נאכגעמאכט די מאטארקאדע פון דער אמעריקאנער פרעזידענט.

די זיצונג איז פארגעקומען אין אן אלטע געביידע, אין א גרויסע פארק אין שטאט, וואס איז דעקארירט געווארן מיט די פענער פון אמעריקע, רוסלאנד און שווייץ.

דערנאך איז געקומען צו פארן דער אמעריקאנער פרעזידענט ביידען, מיט א גרויסע מאטארקאדע פון סיקרעט סערוויס אגענטן, און די געווענליכע אויפרייסערישע אויטאס וואס פארן שטענדיג מיט מיטן אמעריקאנער פרעזידענט.

דאס איז געווען א זעלטענע ערשיינונג, דערנאך וואס פוטין פלעגט אלץ אנקומען שפעט צו זיצונגען מיט אמעריקאנער פירער, וואס איז לכאורה געווען אויסגערעכנט, צו לאזן דעם אמעריקאנער פרעזידענט ווארטן, אבער היינט איז ער געקומען פונקטליך באצייטנס.

דער שווייצער פרעזידענט האט אפגעווארט ביידע פרעזידענטן, ווען זיי זענען אנגעקומען צום ארט וואו די זיצונג איז פארגעקומען.

פארנט פון די געביידע איז ארויסגעלייגט געווארן רויטע עהרע טעפיכער.

רוסישער פרעזידענט קומט אן ערשט
בילד: פרעזידענט פוטין'ס מאטארקאדע אין דזשעניווע



שווייצער פרעזידענט באגריסט די צוויי פירערס

נאך א זיצונג פון עטליכע מינוט, איז דער שווייצער פרעזידענט ארויסגעקומען, מיט פרעזידענט ביידען און פוטין, וואו זיי האבן זיך אלע דריי געשטעלט אויף די באלקאן פון דער געביידע, און דער שווייצער פרעזידענט האט באגריסט זיינע געסט.

"מר. פרעזידענט פון דער רוסישער פעדעראציע, מר. פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. אין נאמען פון די שווייצער רעגירונג נעם איך אייך אויף דא אין דזשעניווע, ס'איז א כבוד און א פארגעניגן פאר שווייץ, אייך צו האבן אלץ געסט פאר די זיצונג... איך וואונטש אייך ביידע פרעזידענטן א פרוכטבארע זיצונג אין די אינטערעסן פון אייערע צוויי לענדער און פון דער וועלט. גוטע וואונטשן". נאכן אפזאגן זיינע ווערטער אין פראנצויזיש, האט מען איבערגעזעצט זיינע ווערטער אין רוסיש און דערנאך אין ענגליש.

דערנאך איז דער שווייצער פרעזידענט אראפ פונעם באלקאן, און אוועקגעפארן, לאזנדיג די צוויי פירערס אליין.

נאך וואס דער שווייצער פרעזידענט האט פארלאזט דער פלאץ, האבן די צוויי פירער זיך געגעבן די הענט פארנט פון די קעמרעס, און פרעזידענט ביידען האט געוויזן פאר פוטין ער זאל אריינגיין אין די געביידע, און פרעזידענט ביידען האט באגריסט מיט זיינע הענט די פארזאמלטע רעפארטערס. דערנאך האט פוטין געטון די זעלבע. דער פרעזידענט האט געזאגט פאר פוטין גלייך ווען ער האט אים געטראפן אז ס'אז אלעמאל בעסער זיך צו טרעפן פנים על פנים.

שווייצער פרעזידענט באגריסט די צוויי פירערס
בילד: פרעזידענט ביידען גיבט די האנט פאר פרעזידענט פוטין


געשלעג צווישן אמעריקאנע און רוסישע רעפארטער

נאך וואס די צוויי פירערס זענען אריין אין די צימער וואו ס'איז פארגעקומען די זיצונג, און זענען שוין געזיצן אויף זייערע פלעצער, מיט די צוויי אויסערן-מיניסטארן ביי זייער זייט, איז די פרעסע אריינגעלאזט געווארן צו כאפן בילדער.

דא האט א שטופעניש אויסגעבראכן, און א שטיקל געראנגעל צווישן רוסישע און אמעריקאנע דזשורנאליסטן, וואס האבן אויסגעטוישט שארפע ווערטער איינער מיטן צווייטן.
 
אפילו אין די צימער פון די זיצונג וואו ביידע פירערס זענען געזעצן האט מען זיך נאך ארומגעאמפערט, און קוים וואס מ'האט געקענט הערן וואס זיי זאגן.

נאכן אפכאפן די בילדער האט מען ארויסגעשיקט די פרעסע, און מ'הערט ווי א דזשורנאליסט שרייט הויך: "שטופ מיר נישט, שטופ מיר נישט".

ווי ס'זעט אויס איז די שטופעניש און קאנפראנטאציע, נישט געווען עפעס וואס איז געווען דירעקט, נאר איז געווען א חלק פון די געווענליכע כאאס וואס קומט פאר ביי אזעלכע געשעענישן.

געשלעג צווישן אמעריקאנע און רוסישע רעפארטער
בילד: רוסישע און אמעריקאנער זשורנאליסטן אמפערן זיך ארום בעפארן ווערן ארויסגעפירט דורך די סיקרעט סערוויס


די זיצונג

די זיצונג איז געווען צעטיילט אין צוויי, ערשט איז דער פרעזידענט געזיצן מיטן רוסישער פירער, פאר קרוב צו צוויי שעה, ווען אין דער צימער זענען בלויז געווען די אויסערן-מיניסטארן פון די צוויי לענדער. פון אמעריקע איז געווען 'ענטעני בלינקין', און פון רוסלאנד איז געווען 'סערגעי לעווראוו'.

דערנאך איז פארגעקומען נאך א זיצונג, וואו ס'זענען געווען פינף דיפלאמאטן פון ביידע לענדער, דארט האט מען ארומגעשמועסט מער ברייטער איבער דיפערענצן צווישן די צוויי לענדער, און געוויסע פלעצער וואו די צוויי לענדער זענען אייניג, ווי די איראנער דיעל אא"וו.

די זיצונג
בילד: די ערשטע זיצונג צווישן די צוויי וועלט פירער


ביידע פירערס האלטן אפ באזונדערע פרעסע-קאנפערענצן

נאכן זיצונג האבן ביידע פירערס אפגעהאלטן באזונדערע פרעסע-קאנפערענצן. ערשט איז ארויסגעקומען דער רוסישער פרעזידענט, 'וולאדאמיר פוטין', און גערעדט צו די פרעסע.

אן אינטערעסאנטע מאמענט איז געווען, ווען אן אמעריקאנער רעפארטער האט געפרעגט פון פוטין די פאלגנדע פראגע: "די ליסטע פון דיינע אפאנענטס וואס זענען טויט אדער אין טורמע איז גרויס. 'אלעקסיי נאוואלני', זיין ארגאניזאציע האט גערופן פאר פרייע און גערעכטע וואלן, און אן ענדע צו קארופציע, אבער רוסלאנד האט געמאכט אומלעגאל די ארגאניזאציע, עס אנרופנדיג 'עקסטרעם', און דו האסט יעצט אויסגעשלאסן יעדער וואס שטיצט אים פון זוכן א פאליטישע פאזיציע. אלזא איז מיין פראגע מר. פרעזידענט, פון וואס האסטו אזוי מורא?"

פוטין האט נישט דירעקט געענטפערט די פראגע, און ווען דער רעפארטער האט ווידער געפרעגט פוטין און אים געזאגט: "דו האסט נישט געענטפערט מיין פראגע. אויב אלע דיינע פאליטישע קעגנער זענען טויט, אין טורמע אדער פאר'סמ'ט, שיקט דאס נישט קיין מעסעדזש אז דו ווילסט נישט קיין גערעכטע פאליטישע פייט?" פוטין האט זיך דא געוואנדן צו זיין געווענליכע טאקטיק, פון באשולדיגן די וואס באשולדיגן אים, און געזאגט: "אז אמעריקע זענען אויך מערדער, און ער האט געזאגט אז ער האט זיך באצויגן צו די ארעסטן פון די קעפיטאל ראיאטירער, און געזאגט אז דאס איז פאליטישע ארעסטן".

אויך האט פוטין געזאגט, אז רוסלאנד גייט צוריקשיקן דעם רוסישן אמבאסאדער קיין וואשינגטאן, דערנאך וואס זיי האבן אים אהיימגערופן, ווען ביידען האט געזאגט מיט עטליכע חדשים צוריק אז פוטין איז א מערדער.

פוטין האט אויך אראפגעריסן אמעריקע, ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער זיינע מארדן, אז אמעריקע און אנדערע לענדער האבן געפייניגט מענטשן, מיט די באקאנטע 'וואטערבאדינג מעטאד', ארויסצובאקומען טעראריסטישע פלענער.
 
דערנאך האט פרעזידענט ביידען אפגעהאלטן א פרעסע-קאנפערענץ. דער פרעזידענט האט צווישן אנדערע געזאגט, אז ער האט קלאר-געמאכט פארן רוסישער פירער, אז אמעריקע איז נישט קעגן קיינעם, נאר איז דא צו סערווירן די אמעריקאנער פאלק, און אויב אנדערע לענדער זענען די וואס שטערן וועט אמעריקע רעאגירן.

ביי די פרעסע-קאנפערענץ פון פרעזידענט ביידען, איז נישט געווען קיינע ספעציעלע מאמענטן, דער פרעזידענט האט ווידער קלארגעשטעלט אז אמעריקע איז דא פאר דעמאקראטיע, און וועט איר באשיצן.

ביידע פירערס האלטן אפ באזונדערע פרעסע-קאנפערענצן
בילד: פרעזידענט פוטין געבט א פרעסע קאנפרענץ נאכ'ן זיצונג מיט פרעזידענט ביידען


פרעזידענט צעבייזערט זיך אויף א סי.ען.ען. רעפארטער

אויפן וועג ארויס פון די פרעסע-קאנפערענץ האט פרעזידענט ביידען זיך צעבייזערט אויף א סי.ען.ען. רעפארטער, ווען יענער האט אים אויפגערעגט. "פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז ער גייט טוישן זיין אויפפירונג מר. פרעזידענט?" אויף וואס ביידען האט צוריקגעזאגט היבש אויפגעברויזט: "איך בין נישט זיכער אז ער גייט טוישן זיין אויפפירונג. וואס טוסטו אלעמאל?" האט ער שארף צוריקגעזאגט, און געקומען נאנט צו יענער רעפארטער. "וואס איך האב געזאגט איז. לאמיר זיין קלאר, וואס איך האב געזאגט איז, וואס ס'וועט טוישן זיין אויפפירונג איז, אויב די וועלט רעאגירט צו זיי, און צעברעכן זייער שטאנד אין דער וועלט. איך בין נישט זיכער אין גארנישט, איך לייג נאר ארויס די פאקטן". ווען דער רעפארטער האט נישט נאכגעלאזט, און געזאגט אז נאכן זיצן מיט אים פאר צוויי שעה, האט פוטין נאכאלץ געלייקנט אז ער האט עפעס געהאט מיט סייבער אטאקעס אא"וו, האט ביידען זיך צעבייזערט אויפן רעפארטער, און געזאגט: "דו פארשטייסט דאס נישט אין דיין אייגענע ביזנעס". און ער איז ארויס פון די פרעסע-קאנפערענץ.

שפעטער ווען ביידען איז געווען אויפן וועג ארויף צו זיין פליגער, איז ער צוגעקומען צו די רעפארטער וואס זענען דארט געשטאנען אים צו דעקן, און זיך אנטשולדיגט פארן סי.ען.ען. רעפארטער. "איך קום זיך אן אנטשולדיגונג פאר מיין לעצטער פרעגער. איך וואלט נישט געדארפט זיין אזא בעל גאוה מיט די לעצטע ענטפער וואס איך האב געגעבן".

דער פרעזידענט האט אויסגעלויבט זיין רייזע קיין אייראפע, און געזאגט, אז די שטאנד פון אמעריקע איז פיל בעסער. ווען א רעפארטער האט אים ווידער געפרעגט פארוואס ער טראכט אז די זיצונג גייט עפעס טוישן פון פוטין'ס זייט, האט דער פרעזידענט געזאגט: "קוק אהער, צו זיין א גוטער רעפארטער דארף מען זיין נעגאטיוו. דו דארפסט האבן א נעגאטיווער בליק אויפן לעבן, זעט עס אויס צו מיר. קיינמאל פרעגט איר נישט קיין פאזיטיווע פראגע... ענק אלע האבן געזאגט די זעלבע זאך בעפאר די דזשי 7 סאמיט, "אהה, קיינער גייט נישט אפקויפן וואס ביידען זאגט'. האט עפעס פון דעם פאסירט? אפילו אביסל?..."

פרעזידענט צעבייזערט זיך אויף א סי.ען.ען. רעפארטער
בילד: פרעזידענט ביידען צובייזערט זיך אויף א סי.ען.ען. ריפאָרטער


דעמאקראטישע פאליטיקאנטן זעען א סוקסעס אין דעם פרעזידענט'ס רייזע

אמעריקאנער באאמטע, ספעציעל די דעמאקראטן, דרוקן אויס סוקסעס, איבער דעם פרעזידענט'ס רייזע קיין אייראפע, און זאגן אז דער פרעזידענט האט צוריקגעשטעלט אמעריקע אין די וועלט'ס-פירערשאפט, און צוריקגעברענגט אמעריקע'ס שטאנד אין די וועלט, דערנאך וואס לויט זיי איז עס צעבראכן געווארן אונטער פרעזידענט טראמפ.

די ביידען אדמיניסטראציע האט אויך באצייכנט די היינטיגע זיצונגען אלץ א סוקסעס.

דעמאקראטישע פאליטיקאנטן זעען א סוקסעס אין דעם פרעזידענט'ס רייזע
בילד: פרעזידענט ביידען און פוטין געבן זיך די האנט


רעפאבליקאנער מידיע מאכט חוזק פון ביידען'ס טעותים ביים רעדן

רעפאבליקאנער פאליטיקאנטן און מידיע פערזענליכקייטן, האבן אפגעלאכט פון די שטענדיגע זיך פאררעדן פון פרעזידענט ביידען, וואו ער קומט פילע מאל אריין מיט געוויסע טעותים ביים רעדן, און אין געוויסע געלעגנהייטן שטאטערט ער פאר עטליכע סעקונדעס אין איין צו.

ביי די יעצטיגע רייזע איז עס פארגעקומען עטליכע מאל, וואס ס'האט גענומען עטליכע סעקונדעס וואס דער פרעזידענט איז געקומען צום ווארט, און געזאגט וואס ער האט צו זאגן.

רעפאבליקאנער מידיע מאכט חוזק פון ביידען'ס טעותים ביים רעדן

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל