דער וויעטנאמער געזונטהייט מיניסטער האט נעכטן געמאלדן, אז זיין לאנד האט אידענטיפיצירט א פרישע סטרעין פון די קאראנע ווירוס, וואס איז א צוזאמשטעל פון דער בריטישע און דער אינדישע סטרעין.
וויעטנאם זאגט אז דער נייער סטרעין פארשפרייט זיך עקסטרעם שנעל, דורך די לופט, און פארכאפט די גאנצע ארום אין די ווירוס.
וויעטנאם איז דורכאויס די לעצטע יאר פארשוינט געווארן פון גרויסע קאראנע אויסברוכן, אבער אין די לעצטע שטיק צייט האט די ווירוס שטארק ארומגעכאפט דאס לאנד, און מיליאנען זענען שוין אנגעשטעקט געווארן מיט די ווירוס.
ס'איז נישט באקאנט אויב די אויפשטייג פון קאראנע איז צוליב די פרישע סטרעין. ווי אויך איז די ארטיגע וואקסין פארשפרייטונג זייער נישט אפעקטיוו, און בלויז א מיליאן מענטשן פון די קרוב צו הונדערט מיליאן איינוואוינער זענען שוין וואקסינירט געווארן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה