ריזיגע פראטעסטן אין בראזיל קעגן באלסינעראו

שווערע טויזנטער האבן זיך היינט צוזאמגענומען אין בראזיל, צו פראטעסטירן קעגן 'פרעזידענט דזשואיר באלסינעראו'.

די היינטיגע פראטעסטן זענען די ערשטע נאציאנאלע גרויסע פראטעסטן קעגן די באלסינעראו אדמיניסטראציע, און קעגן זייער באהאנדלונג פון די קאראנע ווירוס.

די פראטעסטירער האבן געשריגן סלאגאנען ווי "ארויס מיט באלסינעראו", און רופן פאר די ארטיגע פארלאמענט אנצוהויבן די אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן באלסינעראו, און אים מאכן באצאלן פאר זיינע פאטאלע באשלוסן דורכאויס די קאראנע ווירוס.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל