קאלאמביער פרעזידענט רופט אריין מיליטער

דער קאלאמביער פרעזידענט האט נעכטן אריינגערופן די מיליטער, צו אנהויבן דערשטיקן די גרויסע פראטעסטן און ראיאטן וואס קומען דארט פאר שוין פאר עטליכע וואכן. דערנאך וואס די ארטיגע רעגירונג האט געוואלט העכערן די שטייערן, און די מיטל-קלאס בירגער האבן זיך ארויסגעלאזט פראטעסטירן.

די פראטעסטן האבן זיך טאקע אנגעהויבן מיט אנטי-שטייער העכערונגען, אבער האט זיך שוין זינט דאן אריבערגעכאפט צו פראטעסטן וואס פארלאנגען פון דער פרעזידענט צו רעזיגנירן, און קעגן אנדערע קארופציע וואס קומט פאר אין לאנד.

די פראטעסטען זענען אין די לעצטע וואך שטארק ארויס פון קאנטראל, און צענדליגע אויטאס און אנדערע סטרוקטורן זענען שוין אפגעברענט געווארן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל