מאסן-שיסעריי אין פלארידע לאזט איבער צענדליגע פארוואונדעט

ס'איז נישט אריבער קיין סאך צייט, און ווידער איז פארגעקומען א מאסן-שיסעריי אין די פאראייניגטע שטאטן, דאסמאל אין מיאמי - פלארידע.

די שיסעריי איז פארגעקומען נעכטן ביינאכט פארנט פון א קאנצערט-זאל, וואו ס'איז דאן פארגעקומען א קאנצערט, און מענטשן האבן געווארט אינדרויסן אריינצוגיין אין דער זאל.

ס'איז אנגעקומען א ווייסע עס.יו.ווי. אויטא, און האט אנגעהויבן שיסן אויף די פארזאמלטע מענטשן וואס זענען דארט געשטאנען. צוויי מענטשן זענען אומגעקומען, און אנדערע 25 זענען פארוואונדעט געווארן, איינער פון זיי אין א קריטישע מצב.

די פארברעכער האבן באוויזן צו אנטלויפן פון דער סצענע, און א מעכטיגע געיעג גייט אן זיי צו כאפן און ארעסטירן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל