'בנט' ערווארטעט צו ווערן פרעמיער-מיניסטער

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אין מדינת ישראל, האט דער רעכטער פארטיי פאליטיקאנט, 'נפתלי בנט', געמאלדן אז ער איז געקומען צו אן אפמאך מיטן לינקער אנטי-דת פאליטיקאנט, דער פירער פון 'יש עתיד' פארטיי, 'יאיר לפיד'.

די אפמאך איז עפעס וואס האט מיט עטליכע חדשים צוריק אויסגעזען ווי א חלום, און עפעס וואס קיינער האט נישט געקענט אפילו קלערן, האט אבער 'בנט' פארראטן זיינע רעכטע קאלעגע פארטייען, און איז געגאנגען זיך אנשליסן אין א רעגירונג מיט 'לפיד'.

לויטן אפמאך וועט 'בנט' זיין דער פרעמיער-מיניסטער פאר די ערשטע צוויי יאר, און דערנאך וועט 'לפיד' איבערנעמען פאר די איבריגע צוויי יאר.

אינטערעסאנט איז אז אויך 'שקד', אן אנדערער רעכטער פאליטיקאנט, האט זיך צוגעשטעלט צו א 'לפיד' רעגירונג, אויב ס'קען בכלל נאך אנגערופן ווערן א 'לפיד רעגירונג', וויבאלד די גרעסטע כח דארט יעצט אויפן מינוט האט 'בנט', וויבאלד ער איז דאך ערווארטעט צו ווערן פרעמיער-מיניסטער, אלזא דארף מען עס באצייכענען כאילו די לינקע 'יש עתיד' פארטיי האט זיך צוגעשטעלט צו די רעכטע 'בנט' פארטיי, אויף צו אויפשטעלן אן אחדות רעגירונג.

אויך איז אין די קאליציע אריינגערעכנט איינע פון די אראבישע פארטייען, און דער ישראל ביתנו פירער 'אביגדור ליבערמאן'.

דער ערווארטעטער פרעמיער-מיניסטער, 'נפתלי בנט', האט פריער אויפגעטרעטן, ווי ער האט געזאגט איז דאס געווען די שווערסטע באשלוס אין זיין לעבן, און אז ער פארזיכערט די רעכטע אין לאנד אז זיי זענען אין די פירערשאפט פאזיציע, וויבאלד ער איז דאך פרעמיער-מיניסטער, און ער איז דאך א רעכטער. ער האט פארזיכערט פארן לאנד אז ס'קומען גוטע צייטן מיט די נייע אחדות רעגירונג, און אז די צוקונפט איז ברייט פאר מדינת ישראל.

ער האט אויסגעזען גאנץ נערוועז בעת וואס ער האט איבערגעגעבן זיין רעדע, דערנאך וואס ער ווייסט אז מיטן זיך צושטעלן צו 'לפיד' האט ער אפיציעל געענדיגט זיין קאריערע אלס א רעכטער פאליטיקאנט, וויבאלד מיליאנען רעכטע אין לאנד וועלן אים קיינמאל נישט פארגעבן אויף דעם וואס ער האט זיי פארראטן לויט זייער מיינונג.

אבער זיין אנגעצויגנקייט קען אויך קומען פון פרייד, אז ער איז א שפאן אוועק פון אנצונעמען די העכסטע פאזיציע אין לאנד, און ווערן פרעמיער-מיניסטער פון מדינת ישראל. ער ווייסט גאנץ גוט אז ער נעמט אן א שטעלע אין גאר א פארוויקלטע צייט, ווען די לופט אין מיטל-מזרח זידט און קאכט, אבער נאך אלעם האט ער דאך אויף דעם ארויסגעקוקט בעת זיין גאנצע פאליטישע קאריערע, צו קענען אנקומען אהין.

ווי אויך וועט ער זיין דער ערשטער אפיציעלער פרעמיער וואס גייט מיט א קאפל אויפן קאפ, און האלט זיך פאר א שומר תורה ומצוות.

אויך גייט דער אנדערער רעכטער פאליטיקאנט, וואס האט זיך אפגעריסן פון די 'ליכוד' פארטיי, 'גדעון סער', זיך אנשליסן אין די קאליציע, און באקומען א פיינע פאזיציע אין די רעגירונג.

אויך איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז בעת וואס פילע שרייען אז ס'איז א לינקע רעגירונג, זענען רוב קאבינעט מיטגלידער רעכטע פאליטיקאנטן, וואס מאכט עס גאנץ מער גענויגט צו רעכטס, אבער ווי פארשטענדליך וועלן זיי זיך דארפן צושטעלן צו די לינקע פארטייען, אויב ווילן זיי אז די רעגירונג זאל זיך האלטן, און זיי זאלן בלייבן אויף זייערע פאזיציעס.

ווי פארשטענליך, אויב די יעצטיגע רעגירונג ווערט טאקע א פאקט, איז דער גרעסטער פארלירער, דער יעצטיגער פרעמיער-מיניסטער, 'ביבי נתניהו'. אבער איינס דערנאך איז אן קיין ספק די היימישע פארטייען, וואס וועלן יעצט פארלירן צוטריט צום גרויסן שיסל, וואס וועט לויט די יעצטיגע באריכטן איבערגעגעבן ווערן פאר ליבערמאן, וואס איז אן אנטי-חרדי פאליטיקאנט, און ער וועט לויט אלע ווארשיינליכקיייטן פראבירן אויסצוטריקענען די געלט-קוועלער פון די היימישע אידן אין מדינת ישראל.

אין מדינת ישראל איז א שעה אין פאליטיק אזויווי פופציג געווענליכע יארן. אלזא קען מען נאכנישט וויסן אויף זיכער וואס ס'וועט זיך דארט אויסקאכן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל