אין זיין רעדע היינט, אפצייכענענדיג די מעמאריעל דעי חאגע, האט פרעזידענט ביידען ארויסגעברענגט אמעריקע'ס פליכט, צו פארזיכערן מענטשן-רעכט זיכערהייט איבער דער וועלט, און אז אמעריקע איז דער וואס איז דער פאן-טרעגער פון דעמאקראטיע און גלייכבארעכטיגונג, פאר אלעמען, אן קיין אונטערשייד זיין רעליגיע אדער עטנישע אפשטאם.
דער פרעזידענט האט צווישן אנדערע געזאגט: "איך האב געהאט א צוויי שעה'דיגע שמועס מיט פרעזידענט 'שי', און איך האב אים קלאר-געמאכט אז מיר גייען רעדן איבער מענטשן-רעכט איבער דער וועלט, וויבאלד דאס איז וואס מיר זענען. איך גיי מיר טרעפן מיט פרעזידענט פוטין אין עטליכע וואכן ארום, אין דזשעניווע, און איך גיי קלאר-מאכן אז מיר גייען נישט שטיין פון דער זייט און אים לאזן אונטערדריקן די דאזיגע רעכטן.
די רעדע איז געווען ווי אן אויפפרישונג פון אמעריקע'ס פירערשאפט אין דער מערב-וועלט, און איר ראלע צו ווייטער פירן דער דעמאקראטישע וועלט, גייענדיג פאראויס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה