אנקעטע צייגט גרויסע חלק רעפאבליקאנער גלייבן אין מאדנע קאנספיראציעס

אן אנקעטע ארויסגעקומען פרייטאג, צייגט אז אזויפיל ווי 28% פון די רעפאבליקאנער פארטיי גלייבט אין מאדנע קאנספיראציעס, מער באקאנט אלס די 'קיו אנאן קאנספיראציע'.

די 'קיו אנאן קאנספיראציע' איז עפעס וואס איז אויסגעזויגן פון פינגער, און ס'איז גאנץ א שרעקעדיגע זאך, אז אזויפיל ווי 28 פראצענט פון א פארטיי זאלן גלייבן אין די נארישקייטן.

די גלויביגע פון 'קיו אנאן' גלייבן אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך מענטשן-פרעסער און קינדער-פאנגער, ווי אויך אז אט-אט גייט קומען א שטורעם פון אינעווייניג אין די רעגירונג, וואס גייט אויפדעקן די פארברעכער, און זיי ארעסטירן, און דערנאך וועט טראמפ צוריקקומען אין זיין פאזיציע אלס דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

די 'קיו אנאן' גלויביגע, זענען אויך ביי דער מיינונג אז א באוואפנטע אויפשטאנד וועט זיין וויכטיג אין די נאנטע צוקונפט, אויף צו ראטעווען דאס לאנד.

איינע פון די 'קיו אנאן' גלויביגע איז נישט קיין צווייטע ווי די קוריאזע קאנגרעספרוי, 'מארדזשערי טעלער גרין', וואס לאזט נישט ארויס קיין געלעגנהייט פון צו זאגן עפעס מאדנע און האר-אויפשטעלנד. נישט לאנג צוריק האט זי באצייכנט די מאסק טראגן, צו די געלע לאטעס וואס אידישע קינדער האבן נעבעך געדארפט טראגן אין אייראפע, בעת די צווייטע וועלט קריג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל