גרויסע ראולער קאוסטער געבליבן שטעקן הויך אין די לופט

 א דראמע איז פארגעקומען אין די 'סיקס פלעגס פארק', אין סאן אנטאוניא-טעקסעס, וואו עטליכע מענטשן זענען שטעקן געבליבן אין די לופט, פארנדיג אויף א ריזיגע ראולער קאוסטער.

מענטשן זענען געפלויגן הויך אין די לופטן אין דער סיקס פלעגס פארק, וואס איז באקאנט מיט זייערע גאר ווילדע און הויכע ראולער קאוסטערס. אבער ווען זיי זענען געווען אין א הויכע פאזיציע, איז די ראולער קאוסטער געקומען צו א פלוצלינגדיגע אפשטעל, אריינווארפנדיג די פאסאזשירן אין א פאניק.

עטליכע פייער-סטאנציעס האבן רעאגירט צו די סצענע, און האבן נאך עטליכע שעה באוויזן אראפצוברענגען די פאסאזשירן אן קיינע ערנסטע געשעדיגטע, נאר מיט א דאזע שרעק און פחד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל