די יו.ען. מענטשן-רעכט קאונסיל, האט געמאלדן אז זיי גייען אונטערנעמען אן אויספארשונג איבער באשולדיגונגען פון מלחמה קרימינאלע אקטן, וואס איז דורכגעפירט געווארן דורכאויס די צוויי וואכן קאנפליקט, צווישן מדינת ישראל און די כאמאס טעראר גרופע.
די אזוי-גערופענע יו.ען. מענטשן רעכט קאונסיל, איז געווארן ווי אן אנטי-מדינת ישראל געצייג, צו שלאגן דערמיט איזראעל, בעת וואס ברוטאלע דיקטאטורן ווערן דארט פארשוינט. אין די לעצטע עטליכע יאר האבן זיך שוין עטליכע מאל ארויסגעצייגט די אפענע און היפאקריטישע איינזייטיגקייט פון יענע קאונסיל, וואס אפילו איראן ברענגט דארט ארויף טענות קעגן מדינת ישראל.
פרעמיער ביבי האט שארף אראפגעריסן די באשלוס, און עס אנגערופן 'א שאנדע', און א בלויזע אנטי מדינת ישראל שטיק.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה