פרעזידענט ביידען רייסט ארונטער רעפאבליקאנער וואס לויבן יעצט די קאראנע הילף פעקל

פרעזידענט ביידען האט נעכטן ביי אן אויפטריט איבער די עקאנאמיע, אפגעלאכט פון רעפאבליקאנער.

דער פרעזידענט האט אויסגעלויבט זיין 'קאראנע ווירוס הילף פעקל', וואס ער זאגט האט אויפגעטון גרויסע זאכן צו פארזיכערן די עקאנאמיע.

"אפילו מיינע רעפאבליקאנער חברים אין קאנגרעס. קיין איינער פון זיי האט נישט געשטימט פאר די הילף פעקל. איך גיי נישט פארשעמען קיינעם, אבער איך האב דא א ליסט (פון קאנגרעסלייט און סענעטארן) וויאזוי זיי לויבן אויס דער ביל און אירע אויפטואונגען ביי זיי אינדערהיים. געוויסע מענטשן האבן נישט קיין בושה", זאגט דער פרעזידענט, ווען ער האט זיך צעלאכט אויפן קול.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל