פרישע אנקעטע צייגט רעפאבליקאנער ווילן פרעזידענט טראמפ זאל לויפן ווידעראמאל

א פרישע 'קווינעפיאק אנקעטע' צייגט, אז א שטוינענדע 66% רעפאבליקאנער ווילן, אז דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ זאל אונטערנעמען א פרישע קאמפיין פאר די פרעזידענטשאפט אין יאר 2024. קעגן 25% וואס זאגן אז ער זאל נישט אונטערנעמען א פרישע פרעזידענטליכע קאמפיין.

די נומערן זענען גאנץ גוטע פאר טראמפ און די רעפאבליקאנער פארטיי, אבער דער פרעזידענט איז גאנץ אונטערשטעליג אין אלגעמיינע אנקעטעס, וואס צייגן אז ער איז א זיכערער פארלירער צו פרעזידענט ביידען.

ווי פארשטענדליך איז דריי יאר אין פאליטיק אזויווי געווענליכע דריי מיליאן יאר, און מ'קען נאך היינט גארנישט וויסן וואס ס'וועט זיך אויסקאכן אין די קומענדיגע עטליכע יאר.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל