באקאנטע וועסל אין האטסאן יארד צוריק אויפגעמאכט פארן פאבליק

היינט וועט די באקאנטע וועסל, וואס געפינט זיך צווישן די הויכע געביידעס אין די האדסאן יארד פראיעקט, נעבן די האדסאן ריווער, זיך צוריק אויפמאכן פאר די פאבליק איר צו באזוכן.

די וועסל איז צוגעמאכט געווארן, דערנאך וואס עטליכע מענטשן האבן זיך שוין דארט גענומען דאס לעבן, און ס'איז געווארן ווי א פרישע מעטאד פאר מענטשן וויאזוי צו ענדיגן זייערע לעבנס ה"י.

ס'וועט נישט זיין ערלויבט פאר איין מענטש אליין ארויפצוגיין. כאטש צוויי מענטשן אויפאיינמאל וועלן מוזן ארויפגיין, אזוי אז אויב וויל איינער שפרינגען, זאל דער צווייטער אים קענען אפהאלטן.

ווער ווייסט אויב צוויי זעלבסט-מערדער וועלן נישט מאכן א יד אחת...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל