אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג האט זיך געמאכט גרופעס וואס רופן צום איראנער פאלק נישט צו ארויסגיין שטימען ביי די קומענדיגע וואלן, צוליב דעם וואס די קאמיסיע - וואס ווערט אנגעפירט דירעקט דורך די רעליגיעזע פירער - האבן אפגע'פסל'ט עטליכע הונדערט קאנדידאטן פון לויפן אין די קומענדיגע פרעזידענטליכע וואלן. ס'זענען געבליבן בלויז זיבן קאנדידאטן וואס זענען ערלויבט צו לויפן אין די וואלן, און פינף דערפון זענען עקסטרעם רעליגיעז.
אייאטאלע 'אלי כומעני', האט היינט ביי א רעדע, געבעטן דאס פאלק צו איגנארירן די רופן פון אזעלכע וואס ווילן בויקאטירן די וואלן.
קריטיק איז אויך געהערט געווארן דורך דער איראנער פרעזידענט, 'כאסאן רוכאני', וואו ער האט געזאגט אז די גאנצע זאך פון וואלן איז קאנקורענצן און גוטע איינפעלער, און מיט א קליינע אויסוואל איז דאך נישט דא די שעפערישע געדאנקען.
די קומענדיגע וואלן איז ווי א רעפערענדאם, צו זען אויב די מאכט פון די רעליגיעזע פירער איז נאך אזוי מאכטפול ווי זי פלעגט זיין.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה