דרום-אפריקע פרעזידענט: מדינת ישראל איז אן אפארטייד לאנד

דער פרעזידענט פון דער באקאנטער אנטי-מדינת ישראל לאנד, דרום-אפריקע, האט נעכטן שארף אראפגעריסן מדינת ישראל, אנרופנדיג די איזראעלישע רעגירונג אן אפארטייד רעגירונג.

"דער אופן וויאזוי זיי באמבארדירן די געגנט, דער אופן וויאזוי זיי פארשפרייטן טעראר, מ'קען עס זייער גרינג באצייכענען אלס אן אפארטייד לאנד", זאגט דער אפריקאנער פרעזידענט, איבער מדינת ישראל'ס אטאקעס אויף כאמאס, וואס האמערט זייער לאנד מיט ראקעטן טאג און נאכט.

אפארטייד איז דער ווייסער רעזשים, וואס האט רעגירט אין דרום-אפריקע, בעפאר 'נעלסאן מאדעלע' האט איבערגענומען די מאכט אין דרום-אפריקע, און די מערהייט פון די באפעלקערונג וואס זענען שווארצע, זענען געווען דערדרוקט און צווייטע-קלאס בירגער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל