פראנקרייך זעט בעסערע צייטן

אין א סימבאלישע אקט, האט דער פראנצויזישער פרעזידענט, 'אמנועל מעקראן', זיך נעכטן אריינגעזעצט צווישן מענטשן אין א קאפע-הויז אין פאריז, וואו ער האט געוואלט צייגן פאר די באפעלקערונג אז ס'לוינט זיך צו נעמען די וואקסין, וויבאלד דאן זענען רוב פון די רעגולאציעס א פארגאנגענהייט.

מעקראן איז געזיצן, און געמיטלעך געשמועסט מיט זיינס א פריינד, בעת וואס די מידיע איז געשטאנען ארום, און געכאפט מאסן בילדער, ארומצושיקן פאַרן פאלק, צו זען די אומגלויבליכע סצענע, וואס קיינער האט נישט געגלייבט אז מ'וועט נאך אמאל אנקומען, זיך צוריקצוקערן צו נארמאליטעט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל