פייער-אפשטעל זעט זיך שוין פונדערווייטנס

די מלחמה אין מדינת ישראל האלט ביזדערווייל אן מיט א פעסטקייט, שוין נאכדעם וואס ס'האט אויסגעזע אז די ראקעטן שיסערייען לאזן עטוואס נאך, זענען נעכטן פון פריש געקומען צו פליען שווערע הונדערטער ראקעטן, וואס האבן ווידער צעשאקלט די איינוואוינער אין אשדוד און די אנדערע געגנטער.

דורכאויס דער נעכטיגער טאג זענען געפלויגן פילע ראקעטן אין געגנטער ארום עזה. אזוי אויך זענען פיר ראקעטן געקומען צו פליען פון לבנון אין צפון-טייל פון מדינת ישראל.

די אייראן דאום מיסל שוץ-סיסטעם האט ב"ה א ניינציג פראצענט סוקסעס-ראטע, און אפילו דאס וואס ער שיסט נישט אראפ, איז וויבאלד ער איז אזוי אויסגעשטעלט, אז ער רעכנט אויס אז די ראקעטן גייען אנקומען אויף ליידיגע שטחים, איז דאך א שאד פאר די געלט, וואס יעדע אזא קאנטער-מיסל פון די אייראן דאום קאסט בערך פופציג טויזנט דאלער.

ווי געזאגט, זענען דורכאויס דער טאג, געפלויגן הונדערטער ראקעטן, אבער ס'איז ב"ה נישט באריכטעט געווארן קיין ערנסטע געשעדיגטע.

דרוק פון איבער דער וועלט הייבט אן צו קומען מיט א שנעלקייט, ווען פילע לענדער בעטן פון מדינת ישראל און כאמאס צו איינגיין אויף א פייער-אפשטעל. פון מדינת ישראל'ס זייט זעט זיך אויס אז זיי זענען נאכנישט גרייט פאר קיין פייער-אפשטעל, און זיי ווילן נאך אפענדיגן דארט עטליכע איינריכטונגען פון כאמאס אין עזה.

פון די כאמאס זייט האט מען שוין געזען א ווילן פאר א פייער-אפשטעל שוין פון מער אנהויב די מלחמה, אבער דאן האט עס מדינת ישראל אויך אוועקגעמאכט, און בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון.

אין אמעריקע האבן דעמאקראטישע סענאטארן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף פרעזידענט ביידען, אז ער זאל זיך ארויסשטעלן אין דער עפנטליכקייט, און בעטן מדינת ישראל צו אפשטעלן די באמבארדירונגען.

אזויפיל ווי 28 דעמאקראטישע סענאטארן האבן אין א געמיינזאמע דעקלעראציע געבעטן פון מדינת ישראל צו אפשטעלן די באמבארדירונגען. אינטערעסאנט אנצומערקן, אז דער מינאריטעט פירער, דער אידישער סענאטאר פון ניו-יארק, טשאק שטמער, האט זיך קעגנגעשטעלט די רוף פון די סענאטארן, זאגנדיג אז מדינת ישראל האט די פולע רעכט זיך צו פארטיידיגן פון די ראקעטן שיסערייען.

אין א טעלעפאן געשפרעך מיט דער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, האט פרעזידענט דזשאו ביידען געבעטן פון ביבי ער זאל טון אלעס אין זיינע מעגליכקייטן וואס שנעלער צו אויסהאמערן א פייער-אפשטעל.

די ארטיגע באאמטע זאגן אז דער טעלעפאן רוף פון ביידען צו ביבי איז זייער ווארעם, און דער פרעזידענט דרוקט אויס זיין פולע שטיצע פאר מדינת ישראל זיך צו פארטיידיגן פון די אטאקעס.

נעכטן האט דער פרעזידענט ווידעראמאל גערעדט טעלעפאניש מיט נתניהו, און אים געזאגט אז ער ערווארט א בארואיגונג אין דער מצב.

אויך קומט צו פליען פון דייטשלאנד דער אויסערן-מיניסטער, 'הייקאו מאאס', וואו ער איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט עטליכע מדינת ישראל פאליטיקאנטן. ווי אויך וועט ער גיין קיין ראמאלא, וואו ער וועט זיך טרעפן מיט די פירערשאפט אין די מערב-ברעג צו דורכרעדן מיט זיי וואס דא קען געטון ווערן פאר א שטילשטאנד.

מדינת ישראל באאמטע האבן באשטעטיגט אז שוין עטליכע מאל וואס זיי האבן פראבירט צו אומברענגען דער מערדערליכער פירער פון כאמאס, 'מוכאמאד דעף', אבער יעדעס מאל האט יענער זיך באוויזן ארויסצודרייען פון זייערע הענט.

אויך באריכטעט די מדינת ישראל מיליטערישע פליגל, אז דורכאויס די יעצטיגע קאנפליקט האבן כאמאס טעראריסטן זיך פראבירט אריינצושווערצן קיין מדינת ישראל, דורך אויסגעגראבענע טונעלן, אבער זיי זענען אפגעשטעלט געווארן נאך בעפאר זיי האבן געהאט די מעגליכקייט צו דורכפירן עפעס שלעכט. מדינת ישראל האט אין די יעצטיגע רונדע אקציעס אין עזה זיך שטארק פארלייגט צו צעשטערן די טונעלן וואס כאמאס האט אויפגעבויט. לויט ווי זיי זאגן האבן זיי באוויזן צו אפמעקן צענדליגער קילאמעטער פון טונעלן אונטער עזה.

געמישטע באריכטן קומען פון די כאמאס פירער, וואס זעען אויס צו זיין אונטער שאק פון די מאסיווע באמבארדירונגען. פון איינעם הערט מען אז אט-אט קומט א פייער-אפשטעל. פון דעם צווייטן הערט מען א פעסטע 'ניין' דעקלעראציע. אלזא א פייער-אפשטעל איז נאכנישט דא, אבער מ'קען עס שוין זען פונדערווייטנס.

געוויסע מדינת ישראל באאמטע זאגן, אז פאר נאך עטליכע טעג איז נישט דא קיין רעדע פון קיין פייער-אפשטעל. ביבי האט אויך געזאגט פאר ביידען אז אויב וועט מען יעצט גוט אריינגעבן פאר די כאמאס טעראריסטן וועט זיין שטיל פאר א לאנגע צייט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל