דער מינאריטעט פירער אין קאנגרעס, 'קעווין מיקארטי', האט געמאלדן, אז ער וועט זיך נישט צושטעלן צו די אומפארטייאישע אויספארשונג, וואס איז פארגעשלאגן געווארן דורך רעפבאליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעס מיטגלידער.
מיקארטי זאגט אז די אויספארשונג איז פארטייאיש, און רעכנט נישט אריין די ראיאטן דורכאויס די פאריגע זומער, ווען טויזנטער מענטשן האבן פראטעסטירט קעגן פאליציי-ברוטאליטעט.
די יעצטיגע אויספארשונג איז איבער די קעפיטל איבערפאל, דורך טראמפ שטיצער. אבער לויט די דעמאקראטן וויל מיקארטי נישט אז אזא אויספארשונג זאל פארקומען, וויבאלד ער וועט לויט אלע ווארשיינליכקייטן אראפגערופן ווערן צו אויפטרעטן וואס ער האט גערעדט מיט טראמפ אין יענע מינוטן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה