פרעזידענט געבט זיך אויס אויף א הויכע ספיד

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט נעכטן ארומגעדרייווט, און אויסגעפריווט די נייע פארד F-150 עלעקטעריק קאר, וואס דער פארד קאר פירמע האט ערצייגט.

דער פרעזידענט האט געמאכט זיין סורפרייז דרייוו, נאכן באזוכן אין דעטרויט, ביי די גרויסע קאר פירמע, וואו ער האט ארויסגעהויבן זיינע אויפטואונגען פאר די קאר אינדוסטריע, נאך אונטער פרעזידענט אבאמא, ווען ער איז געווען וויצע-פרעזידענט.

דערנאך איז דער פרעזידענט צוגעפארן צו א גרויסע שטח, וואו ער האט אויספראבירט די אויטא, פארנדיג אויף גאר א שנעלער ספיד, אונטערהאלטנדיג די רעפארטער וואס זענען דארט געשטאנען, צו אפכאפן דער אינטערעסאנטער מאמענט.
 
א פרעזידענט איז אין געווענליכע אומשטענדן פארבאטן פון דרייוון אן אויטא, אבער דא איז געווען אן אויסנאם, און עטליכע סיקרעט סערוויס באאמטע זענען געווען מיט אים, בעת וואס ער האט ארויפגעצויגן די ספיד צו קרוב צו הונדערט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל