ראיאטן אין קאלאמביע זעצן פאר

ווי שוין נעכטן באריכטעט האט דער קאלאמביער פרעזידענט אפגעשטעלט א קאנטראווערסיאלער געזעץ, וואס וואלט געהעכערט די שטייערן אפילו פאר שוואכע פארדינער, דערנאך וואס שווערע פראטעסטן זענען אפגעהאלטן געווארן קעגן די געזעץ.

היינט זענען פאררופן געווארן פרישע פראטעסטן, וואו די פראטעסטירער זענען געגאנגען א טריט פאראויס, מיטן פארלאנגען אז דער פרעזידענט זאל רעזיגנירן פון זיין פאזיציע, אין רעזולטאט פון די 19 טויט-פעלער דורכאויס די פראטעסטן.

"גענוג בלוט-פארגיסונגען זענען שוין פארגעקומען, דער פרעזידענט דארף גיין, און די גאנצע רעגירונג דארף איבערגעביטן ווערן, אונז דארף מיר א דעמאקראטישע לאנד". זאגט איינער פון די פראטעסטירער פאר די פרעסע.

ס'איז נישט ערווארטעט אז דער ארטיגער פרעזידענט וועט רעזיגנירן פון זיין פאזיציע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל