אוסטראליער בירגער, און פאליטיקאנטן פון ביידע זייטן אין די פאליטישע ארענע, זענען פאראייניגט קעגן פרעמיער-מיניסטער, 'סקאט מארעסין'ס', פארבאט, אריינצוקומען אין לאנד פאר מענטשן וואס קומען פון אינדיע אפילו זיי זענען אוסטראליער בירגער.
די פארבאט האט ארויסגערופן א שטורעם פון ביידע זייטן אין לאנד, דערנאך וואס ס'רעכנט אריין אוסטראליע בירגער וואס געפינען זיך יעצט אין אינדיע פון צוריקקומען אין לאנד.
אזויפיל ווי 9000 אוסטראליער בירגער געפינען זיך אין די טעג געשטראנדעט אין אינדיע, נישט קענענדיג אהיימקומען צוליב די פארבאט.
מענטשן וואס פארלעצן די פארבאט קענען באשטראפט ווערן מיט אזויפיל ווי פינף יאר אין טורמע, אויב זיי קערן זיך יעצט צוריק פון אינדיע.
נאך א שטורעם וואס די געזעץ האט אנגעמאכט, האט דער פרעמיער-מיניסטער געמאלדן אז קיינער גייט לכאורה נישט גיין אין טורמע אריין פארן פארלעצן די געזעץ.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה