עגיפטן פארשטארקערט איר מיליטער

די עגיפטישע רעגירונג האט אפגעקויפט פון פראנקרייך דרייסיג ראפעל מלחמה-פליגער, וואס וועט פארשטארקערן זייער מיליטער אין א צייט פון אנגעצויגנקייט אין יענעם ראיאן.

דער מקח האט אפגעקאסט פאר עגיפטן איבער פיר ביליאן יורא, וואס זי גייט דארפן אפצאלן אין די קומענדיגע צען יאר.

עגיפטן געפינט זיך אין א היבש אנארכיסטישע ראיאן אין אפריקע, ווען פון איין זייט האבן זיי א גרעניץ מיט סודאן, וואס איז א לאנד פון אנארכיע, און פון די אנדערע זייט האבן זיי א גרעניץ מיט ליביע, וואס איז ארויס פון יעדע קאנטראל, און מוטשעט זיך מיט שווערע פארברעכנס און טעראריסטישע באנדעס. אויך האבן זיי אן איינפלוס פארמעסט מיט איראן וואס שטייט מיט גאנץ א שטארקע מיליטער רעלאטיוו.

די סארט פליגער וואס זיי האבן יעצט אפגעקויפט, איז איינע פון די מאכטפולסטע פליגער אין די מיליטערישע ארסענאל פון מערב-וועלט לענדער, און איז גאנץ ענליך צום אמעריקאנער עף 35.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל