מעקסיקא אין טרויער נאך שווערע טראגעדיע

מעקסיקאנער איינוואוינער האבן זיך נעכטן ערוועקט צו די שרעקליכע נייעס, אז 23 מענטשן זענען אומגעקומען אין דער הויפט-שטאט מעקסיקא סיטי, דערנאך וואס א באן אווערפעס האט זיך איבערגעבראכן, און דער באן איז אראפגעפאלן אויף פארבייפארנדע אויטאס.

אויף זיכערהייט קעמרע רעקארדירונגען זעט מען וויאזוי אויף א גאר פארנומענע הייוועי בליצט אויף אן אויפרייס, ווען דער באן טראסקעט אראפ אויף פארבייפארנדע אויטאס און גרויסע טראקס.

די עקסידענט האט אפגעקאסט דאס לעבן פון דריי און צוואנציג מענטשן, וואס זענען דארט אומגעקומען, און צענדליגער פארוואונדעטע זענען אריינגעפירט געווארן אין די ארומיגע שפיטעלער.

אין די צופרי שעות האט זיך אנטפלעקט א ווייטאגליכע בילד, וויאזוי די באן הענגט אראפ פון די איינגעפאלענע שינעס, און צענדליגע שטיקער ברוכווארג איז אויסגעשפרייט ביז הונדערטער פיס ווייט פון דארט.

צענדליגער ארבייטער זענען אויפן ארט צו אויפרייניגן די ברוכווארג, וואס ליגט ארום אויף די פארנומענע שאסיי, און גרויסע קרעינס זענען אריינגעברענגט געווארן צו אראפנעמען די הענגעדיגע באן.

די אווערפעס איז געעפנט געווארן פאר באנוץ אין יאר 2012, און אזוי פרי ווי אין יאר 2014 האבן שוין ארטיגע באאמטע געזאגט אז די בריק איז אין א ריזיקע פון צוזאמפאל, און נויטיגט זיך אין זאפארטיגע באהאנדלונג.

אבער ווי ס'איז דער שטייגער אין דער קאראפטירטע מעקסיקא, זענען זאכן נישט געטון געווארן, און אט איז אנגעקומען דער טאג וואס די סטראקטור האט מער נישט געקענט דערהייבן די שטארקע דרוק, און האט איינגעבראכן, צונעמענדיג דאס לעבן פון 23.

ס'איז ערווארטעט אן אויספארשונג ווער ס'איז פאראנטווארטליך פאר די שרעקליכע אינצידענט, אבער ווי מ'קען ערווארטן פון א קארופטירטע רעגירונג וועלן די שולדיגע נישט אזוי שנעל ליידן די פארדינטע שטראף.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל