נתניהו'ס צייט קומט צו אן ענד?

נעכן אום צוועלף אזייגער, מדינת ישראל צייט, איז אפיציעל אפגעלאפן די מאנדאט וואס איז געגעבן געווארן דורך פרעזידענט רובלין, פארן פרעמיער-מיניסטער, נתניהו, צו פארמירן א קאליציע און רעגירונג.

נאך וואכן פון פריוון און פארהאנדלונגען, האט ביבי נתניהו נישט באוויזן צו פארמירן א רעגירונג, נאכן אפהאלטן זיצונגען מיט עטליכע פארטייען, אריינגערעכנט 'בנט', וואס האט פאר די וואלן זיך פארפליכטעט צו גיין בלויז מיט נתניהו, אבער האט ווי זיין שטייגער געבראכן זיין אפמאך.

די יעצטיגע דורכפאל פון נתניהו, געבט פאר רובלין גאנץ א שווערע אויפגאבע. ער גייט דארפן אפמאכן אויב זאל ער געבן פאר לפיד די געלעגנהייט אויפצושטעלן א רעגירונג, אדער אויב ער זאל עס צוריקשיקן צו די כנסת, ווי 61 מיטגלידער וועלן קענען פארמירן א רעגירונג, אדער אויב ער זאל עס איבערגעבן פאר אן אנדערע קאנדידאט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל