שעלדן סילווער באפרייט מיט הילף פון צדק

פון די אטאסוויל טורמע אין אראנדזש קאונטי, קומט אריין די נייעס, אז דער מאכטפולער אידישער ספיקער פון די ניו-יארקער אסעמבלי, 'שעלדן סילווער', איז ארויסגעלאזט געווארן אויסצודינען זיין איבריגע חלק טערמין, ביי זיך אינדערהיים.

סילווער איז געווען א מאכטפולער איינפלוסרייכער פאליטיקאנט, וואס האט געשאקלט ניו-יארק, און האט געהאט די אסעמבלי אין זיינע הענט.

ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף קארופציע קלאגעס, און איז פאראורטיילט געווארן צו זעקס יאר אין טורמע, אבער אדאנק די ארבעט פון די 'צדק ארגאניזאציע' איז ער נעכטן באפרייט געווארן פון טורמע.

ווי נאר מיר האבן געהערט די גוטע נייעס, אז נאך א איד איז ארויס פון טורמע, האבן מיר זיך פארבינדן מיט העסקן מו"ה ר' משה מארגארעטטען הי"ו. דער לעגענדארער מלאך המושיע, וואס טוט פאר אידישע קינדער'ס וועגן, און איז מקיים פדיון שבויים אויף א טעגליכע פארנעם.

ר' משה דערציילט אונז עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן ארום דעם קעיס, און וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען.

"אונטער פרעזידענט טראמפ איז אריבער א געזעץ, וואס ווערט אנגערופן די קעירס אקט", זאגט אונז ר' משה.

דער ביל איז געווען עפעס וואס האט נישט געהאט מיט קיינע טורמעס, אדער הארבע שטראפן. ס'איז געווען א ביל וואס באציהט זיך צו געזונטהייט אנגעלעגנהייטן.

די 'צדק ארגאניזאציע' האט אין דעם געזען א שטארקע געלעגנהייט, ווי מ'קען נאכמער העלפן אידישע קינדער צו באפרייט ווערן פון תפיסה, האבן זיי זיך פארבינדן מיטן דעמאקראטישער סענעטאר 'דיק דורבין'.

"דורבין איז אין יענע טעג געווען זייער פארנומען מיט אנדערע זאכן. די גרויסע פליגער-פירמעס וואס זענען הויפט-קווארטירט אין אילינוי, וואס איז זיין שטאט וואו ער איז דער סענעטאר".

ווי ר' משה זאגט אונז, האט סענעטאר דורבין, פון אנהויב זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו, אבער שפעטער איז ער געווארן זייער ווארעם פאר דעם חלק וואס זיי האבן געוואלט אריינגלייגן אין די ביל.

"אונז האמיר ב''ה גע'פועל'ט אז אין די ביל זאל אויך אריינגיין דאס אז מענטשן וואס זענען אין א געפאר פון קאראנע, מענטשן וואס זענען קראנק, און די ווירוס קען זיי ממש אפ'הרג'ענען אא"וו, זאלן קענען באפרייט ווערן פון תפיסה און קענען אויסדינען זייערע טערמינען אינדערהיים".

ר' משה זאגט אונז: "דאן ווען די ביל איז אריבער, זענען פון אטאסוויל באפרייט געווארן אזויפיל ווי 26 אידן ב"ה". די ביל האט געזאגט אז טורמעס זענען ערלויבט אהיימצושיקן פאציענטן, אבער ס'איז נישט געווען א מוז, די באשלוס איז ביי די טורמע-באאמטע אין די האנט. נאך עטליכע וואכן האט די יוסטיץ דעפארטמענט אנגעהויבן צו מאכן היבשע פראבלעמען, און אנגעהויבן צו פארשווערן די אומשטענדן, ווען מ'קען ארויסלאזן אן ארעסטאנט צוליב די חלק פון דער ביל. אזוי איז עס געווארן אלס שווערער און שווערער, די יוסטיץ-דעפארטמענט האט ממש ווי צוריק פארשלאסן די טויערן פאר די בארעכטיגטע פאציענטן ארויסצוקומען.

"ווען די ביידען אדמיניסטראציע איז אריינגעקומען אין אמט, האבן מיר זיך פון פריש גענומען ארבעטן ביי די יוסטיץ-דעפארטמענט, אז זיי זאלן צוריק לויזער מאכן די ספעציפישע חלק פון דער געזעץ, וואס לאזט ארויס מענטשן אין געוויסע אומשטענדן אויסדינען זייערע טערמינען אינדערהיים".

אונז האמיר צוזאמגעשטעלט א געמיינזאמע בריוו, אונטערגעשריבן דורך 32 ארגאניזאציעס, און מ'האט אויך באוויזן צו אפהאלטן א הירינג אין די סענאט יוסטיץ-קאמיטע. ב"ה אז זיי האבן באשטעטיגט צוריקצושטעלן די פריערדיגע אפמאך, אבער יעדע נאמען באזונדער וועט דארפן אריבערגיין א קאמיטע אין וואשינגטאן, אויב יענער קען טאקע באפרייט ווערן, און אהיימגיין אויסדינען זיין טערמין". די 'צדק ארגאניזאציע' האט זיך אריינגעלייגט אין די שעלדן סילווער פרשה, אים צו באפרייען פון טורמע, דורך די חלק ביל וואס 'צדק' האט לכתחילה באוויזן אריינצושטעלן אין די גרויסע 'קעירס אקט ביל'.

"צדק, צוזאמען מיט די 'אלף ארגאניזאציע', האבן זיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט פון די סילווער קעיס. מ'האט געקלאפט טירן אין וואשינגטאן און אין אטעסוויל, און ב"ה מיט עטליכע טעג צוריק האבן מיר באקומען די גוטע נייעס אז סילווער איז בארעכטיגט צו געניסן פון דעם ביל, און ער גייט קענען אהיימגיין אויסדינען זיין טערמין".

דא מוז צוגעלייגט ווערן אז דאס איז שוין חוץ פון די גרויסע פריזן רעפארעם-ביל, וואס 'צדק' שטייט אונטער דעם. דא האבן די נפשות-מאכער ווידער באוויזן צו אריינלייגן א קריטישע חלק, וואס אזויפיל אידישע קינדער און אידישע פאמיליעס זענען פון דעם נהנה.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל