אייאטאלע כומעני קעגן איראנער אויסערן-מיניסטער

"ס'איז א גרויסע טעות וואס האט נישט געדארפט פאסירן דורך אן אפיציעלער פאליטיקאנט פון די איסלאמישע רעפאבליק, און צו זיין גערעכט. די רעוואלוציאנערע גווארדיע איז די גרעסטע און מערסט-אפעקטיווער געצייג צו אפהאלטן קאנפליקטן אין די געגנט", זאגט דער גייסטליכער, אן אפיציעלער פירער פון איראן, אייאטאלע 'אלי כומעני'.

זיינע ווערטער זענען דירעקטירט צו דער איראנער אויסערן-מיניסטער, 'מוכאמעד דזשאווע זאריף', דערנאך וואס ס'האט ארויסגע'ליקט אן אודיאו, ווי יענער קריטיקירט די איסלאמישע רעוואלוציאנעע גווארדיע, וואס איז די מאכטפולסטע מיליטערישע אינסטיטוציע אין איראן, באשולדיגנדיג זיי אויף שטערן דיפלאמאטישע פריוון. אויך האט ער אראפגעריסן דער געוועזענער הויפט-גענעראל, אומגעברענגט דורך אמעריקע, 'קאסאם סולימאני', פאר זיינע פאליסיס אין סיריע, און זיינע פארבינדונגען מיט רוסלאנד.

זיינע ווערטער האבן אנגעצינדן א פאליטישע פייער אין איראן, און היינט האט דער גייסטליכער פירער זיך געלאזט הערן אין דער עפנטליכקייט איבער זיינע געפילן אנבלאנגט די ווערטער פון זאריף.

זאריף האט זיך אנטשולדיגט פאר זיינע ווערטער, אבער ס'זעט נישט אויס ווי ער האט באוויזן צו בארואיגן די געמיטער אין די איראנער פירערשאפט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל