קיין רעגירונג אין מדינת ישראל

האלטנדיג בלויז א טאג בעפאר די אכט און צוואנציג טעג קומט צו אן ענדע, איז קלאר אז דער פרעמיער-מיניסטער, 'נתניהו', האט נישט די מעגליכקייט צו אויפשטעלן א רעגירונג וואס זאל אים לאזן אויף זיין פאזיציע אלס פרעמיער-מיניסטער.

דער מזרח'יסטישער חבר כנסת, 'סמאטריטש', האט שוין געזאגט אז ער גייט נישט גיין מיט די אראבער, דערנאך וואס ער איז געזיצן אויף א מיטינג מיט זיין רעליגיעזער פירער, הרב דרוקמאן.

נתניהו האט היינט אויך פארזיכערט פאר בנט, אז ער גייט קענען סערווירן אלס דער פרעמיער-מיניסטער אין די ערשטע יאר, אויב קומט ער מיט מיט אים, און שטעלט זיך נישט צו צו די לינקע פארטייען. אבער פון א רעדע וואס בנט האט שפעטער געגעבן, האט זיך קלאר ארויסגעשיילט אז בנט איז נישט אויף איין פאפיר מיט נתניהו, און די האפענונגען פון ביבי איז צעפאלן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל