געוועזענער פרעזידענט טראמפ רעדט נאך פון געווינען

דער געוועזענער פרעזידענט טראמפ, האט אדרעסירט א גרופע מענטשן אין זיין רעזארט געגנט אין פלארידע, וואו ער האט ווידעהוילט זיין מיינונג, אז די פרעזידענטליכע וואלן זענען גע'גנב'עט געווארן פון אים.

טראמפ האט ארומגערעדט וויאזוי מ'האט פון אים אוועקגענומען א געווינס, און ער האט געבעטן די פארזאמלטע צו האלטן אן אויג אויף וואס ס'קומט פאר אין אריזאנע. "לאמיר זען וואס זיי טרעפן, איך וועל נישט זיין איבערראשט אויב זיי געפינען טויזנטער טויזנטער טויזנטער שטימעס, אלזא מיר גייען עס נאכקוקען פונדערנאנט. דערנאך זאלט עטס נאכקוקען פענסילוועניע, דזארדזשיע, מישיגן, וויסקאנסן, און ניו-העמפשער. זיי האבן יעצט געטראפן פילע שטימעס אין ניו-העמפשער", זאגט דער געוועזענער פרעזידענט. ווי ווייט ס'איז באריכטעט איז נישט דא קיינע באווייזן צו אונטערשטיצן די באשולדיגונגען פון דער געוועזענער פרעזידענט.

ער באציט זיך צו די איבערציילונג וואס קומט פאר אין די טעג אין מאריקאפע-קאונטי אין אריזאנע, ווי א פריוואטע גרופע ציילט אפ די ארטיגע שטימעס. די פרישע אפציילונג קומט שוין דערנאך וואס צוויי פריערדיגע אפציילונגען האבן ווידער באשטעטיגט אז פרעזידענט ביידען האט געזיגט אין יענע קאונטי מיט צוויי פראצענט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל