אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער רייסט ארונטער כינע

דער אמעריקאנער אויסערן-מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', האט נעכטן אין אן אינטערוויו שארף אראפגעריסן כינע, און געזאגט אז כינע'ס אגרעסיע וועט באגעגנט ווערן מיט קאנסעקווענצן.

"אונז גיי מיר דאס נישט צולאזן", זאגט בלינקין, רעדנדיג פון כינע'ס פריוון צו בארויבן אנדערע לענדער פון זייערע טעכנאלאגישע סודות און ביזנעס אנגעלעגנהייטן.

בלינקין זאגט אז אמעריקע זוכט נישט זיך צו שלאגן מיט כינע, אבער וועט טון אלעס אין איר מעגליכקייט צו האלטן ארדענונג אין דער וועלט.

זינט די ביידען אדמיניסטראציע איז אריינגעקומען אין וואשינגטאן, האט אמעריקע אנגענומען א גאר שארפע צוגאנג ווען די רעדע איז פון כינע און רוסלאנד.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל