די אנטי-מיליטערישע פוטש פראטעסטן אין מיאנמאר, צייגט נישט קיינע צייכענעס פון אפשטעל. און פאקט איז נעכטן פארגעקומען די גרעסטע פראטעסטן זינט די פוטש איז דורכגעפירט געווארן מיט צוויי חדשים צוריק.
ווי אונז האמיר דא כסדר באריכטעט, קומען פאר גרויסע מאסן-פראטעסטן אין מיאנמאר, דערנאך וואס די ארטיגע מיליטער האט אראפגעווארפן די ערוויילטע רעגירונג, און איבערגענומען די מאכט.
אין די נעכטיגע פראטעסטן האט מען שוין געזען ציוויל-געקליידעטע פאליציאנטן ארעסטירן מענטשן אין די גאסן, וואס באדייט אז ס'איז שווער צו אידענטיפיצירן די פאליציאנטן, בעת וואס זיי שטייען אין צענטער פון מאסן-פראטעסטן, און ווי נאר די באפעל ווערט ארויסגעגעבן לאזן זיי זיך אויף די פראטעסטירער מיט אכזריות, און ארעסטירן און שלאגן ווער ס'קומט זיי אונטער די האנט.
סיי די בירגער און סיי די מיליטערישע רעגירונג זעען אויס אנטשלאסן זיך נישט צו בייגן איינער פארן צווייטן. ווי אויך האט זיך שוין פארמירט א קעגנזייטיגע מיליטער, פון אזוי-גערופענע פרא-דעמאקראטישע אקטיוויסטן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה