דאס לאנד נעאפאל זעט זיך אין די יעצטיגע טעג אין א געזונטהייט-קריזיס, ווען די קאראנע ווירוס האט זיך שטארק פארשפרייט דארט אין לאנד.
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס דער ארטיגער פרעמיער-מיניסטער גייט אריבער סקאנדאלן, פון וואס ער קען באזייטיגט ווערן פון זיין פאזיציע.
דער פרעמיער-מיניסטער פון נעאפאל האט געמאלדן, אז ער שטעלט אפ די לופט-פארקער אריין און ארויס פון לאנד. דאס קומט דערנאך וואס ער האט שוין איינגעשטעלט א שטרענגע לאק-דאון, וואס די איינוואוינער דארפן פארבלייבן אין די הייזער.
די הויפט שטאט - קאטעמאנדאו, זעט אויס ווי א פארלאזטע שטאט, ווען אין געווענליכע אומשטענדן רוישט זיך פון מענטשן און אויטאס.
נעאפאל איז אין די שכינות פון אינדיע, וואס גייט יעצט אריבער א שרעקליכע קאראנע-אויסברוך. אזאנס וואס מ'האט נישט געזען אין די גאנצע וועלט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה