אין וואהאן-כינע טאנצט מען שוין ביי גרויסע קאנצערטן

פון וואהאן-כינע קומען ארויס בילדער וואס ערוועקט אויפרעגונג און אפשיי, וויאזוי דארט קומען שוין פאר גרויסע פארזאמלונגען, און מענטשן קומען זיך צוזאם ביי קאנצערטן אין די טויזנטער.

וואהאן-כינע איז די שטאט וואס האט געגעבן פאר די וועלט די קאראנע ווירוס אנשיקעניש. מיט זייער פארנאכלעסיגקייט ווען ס'קומט צו עסן אנגעשטעקטע באשעפענישן, האבן זיי אפגעשיקט צו אלע וועלט-טיילן די טויטליכע ווירוס, וואס האט אזויפיל ווייטאג געברענגט פאר די מענטשהייט.

בעת וואס אין רוב לענדער זענען נאך די קאראנע ווירוס מאסנאמען מער ווייניגער אין פלאץ, זיצט אבער כינע און לאכט זיך אויס פון די גאנצע וועלט. צום ערשט איז נישט מעגליך צו גלייבן זייערע אפיציעלע נומערן, וויבאלד די כינעזער זענען נישט באקאנט צו זיין די גרויסע אמת-זאגער. ווי אויך האט די כינעזער רעגירונג נישט געליטן פון קיין קאנסעקווענצן פאר זייערע נאכלעסיגקייט, און נישט אויסזאגן פאר די וועלט אז א טויטליכע ווירוס בוזשעוועט אין אירע גרעניצן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל