אדמו"ר קומט ארויס אקעגן די וואס דערלאזן נישט ארדענונג אין מירון

אין א שארפע שמועס האט האדמו''ר רבי ברוך מאיר יעקב שוחט מ'קארלין-סטאלין ארויסגעטרעטן קעגן די וואס לאזן נישט צו אז די באאמטע זאלן מאכן ריכטיגע סדר אין מירון, וואו ס'קומען זיך צוזאם אזויפיל טויזנטער מענטשן.

די אידישע נייעס שרייבערס האבן ערהאלטן די רעקארדירונג, אבער מיר זענען נישט געווען זיכער אויב דאס איז א ריכטיגע רעקארדירונג. האבן מיר זיך פארבינדן מיט א נאנטער, וואס האט אונז באשטעטיגט די רעקארדירונג, און וויאזוי דער רבי ווייטאגט אויף די שרעקליכע צרה וואס איז באפאלן דעם אידנטום.

דער רבי שטעלט זיין שמועס איבער דעם וואס מ'דארף זיך ארויסלערנען וועלכע זאך פון רוחנית מ'דארף זיך פארבעסערן און זיך ארויסלערנען, ווי דער רבי ברענגט ארויס אהבת ישראל. דערנאך זאגט דער רבי, אז חוץ פון רוחנית דארף מען זען וועלכע תקנת מ'דארף פאררעכטן אז ס'זאל נישט פאסירן נאכאמאל אזא שרעקליכע געשעעניש.

"די וואס ווייסן דערפון ווייסן גאנץ גוט אז ס'איז שוין געווען דורכאויס די יארן אסאך וואס האבן געוואלט טון אויף צו גרעסער מאכן דאס פלאץ אין מירון, און צו פאררעכטן די תשתיות (אינפראסטראקטור) ס'איז נישט דא וואס צו רעדן, כדי נאר אז דער עולם וואס קומט איז די תשתיות נישט ווי ס'דארף זיין. ליידער ס'קומט פון אונזערע קרייזן, איז געווען אסאך שטערונגען צו טון זאכן וואס מ'האט געדארפט צוליב אייגנארטיגע סיבות, צוליב שמאלע סיבות. ס'איז צייט מיר זאלן זיך אנפאנגען פירן ווי מענטשן, ס'איז נישט קיין קליינער ציבור וואס איז אמאל געווען, ס'איז קיין עין הרע א שיינער ציבור, ס'איז דא אסאך ערליכע אידן, ס'איז דא ישיבות, ס'איז דא כוללים, ס'זענען דא רבנים. ס'דא אין אסאך שטעט שיינע גרויסע קהילות, ס'שוין צייט מ'זאל זיך פירן ווי ערוואקסענע מענטשן, ס'איז צייט זיך צו אויסטון די קינדערישע שיכ'לעך. אנשטאט מ'זאל שטערן וואלט מען געדארפט זען צו העלפן ווי מ'קען. ווי מ'קען פארבעסערן ווי מ'קען פארבעסערן."

"מירון איז א פלאץ ווי ס'קומען דאך א געוואלד אידן, מ'רעדן דאך טאקע אזא טאג ווי ל"ג בעומר, וואס אין א געווענליכע יאר קומען דאך הונדערטער טויזנטער אידן, ס'מוז דאך זיין א נארמאלער תשתית. יעדער איינער ווייסט סומכים על הנס, דער אויבערשטער האט געהאלפן ביזן היינטיגן יאר איז געווען ניסים, איז עס נישט קיין סיבה מ'זאל ווייטער פארנאכלעסיגן אין דעם, מ'דארף טון וואס איז נארמאל, מ'דארף זיין מענטשן. אז מ'דארף דארט בויען אמת'ע גרויסע תשתיות, דארף מען זען ס'זאל זיין, דארף מען טון וועגן דעם, און מ'קען טון וועגן דעם. אוודאי יעדער יחיד קען נישט טון וועגן דעם, ס'איז דא גענוג אין אונזער ציבור וואס קען טון וועגן דעם, ס'זאל זיין איבער א יאר, ס'זאל אויסזען אינגאנצן אנדערש".

"ס'איז נישט דא קיין איין סיבה פארוואס יעדע קלייניגקייט דארף מען זיך שלאגן ארום אלע סארטן קליינע נארישע סיבות. ס'איז שוין צייט מ'זאל טון אלעס באהבה ואחוה ושלום וריעות, ווי דער ווארט פונעם קארלינער, הלואי וואלט ער ליב געהאט דעם גרעסטן צדיק ווי דער אויבערשטער האט ליב דעם גרעסטע רשע. ס'איז דאך דא די פארשידענע לימודים וואס מ'דארף אלס טאן ווי דער אויבערשטער וויל. מדארף באמת ליב האבן אידן, מ'דארף מקדש זיין שם שמים מיטן לעבן. מ'דארף נישט אוועקגיין צו מקדש זיין שם שמים. מ'קען עס טון אויף די וועלט פשוט'ערהייט, זיין אן ערליכע איד אז ווער ס'זעט זאל זיך וועלן אויסלערנען וויאזוי עס צו זיין".

ס'איז צום האפן אז די ווערטער פון רבי'ן וועלן אויפטון אויף וואס ס'איז געצילט.

——

ביטע שיקט אריין א מעסעדזש מיט ערשט-האנטיגע אינפארמאציע, און א נומער צוריקצורופן, בכדי מיר זאלן קענען מיט א קראנטקייט באריכטן וואס ס'האט באמת פאסירט אין יענע טונקעלע מינוטן.



© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל