סיטואציע ביים שפאנישער גרעניץ שטארק פארערגערט

שרעקליכע בילדער קומען ארויס פון די שפאנישע גרעניץ, ווי טויזנטער פליטים קומען צו גיין פון מאראקא, און ווי נאר זיי קומען אן ביי די בארטענעס, ווערן זיי אפגעווארט מיט די שפאנישע מיליטערישע זעלנער, וועלכע באנעמען זיך מיט זיי מיט שטארקע ברוטאליטעט.

אין א רעקארדירונג וואס האט געכאפט דער וועלט'ס אויגן, זעט מען וויאזוי א מאראקאנער קינד קומט צו שווימען צו די ברעגעס, ווען א טויט-שרעק איז אויסגעגאסן אויף זיין פנים, דערנאך וואס ער זעט אז זיין שיקזאל איז פארזיגלט, און נאכן אדורכשווימען די וואסער צווישן מאראקא אין שפאניע, איינער אליין, מיט עטליכע פלעשער אויף זיך, גייט ער דא ארעסטירט ווערן, און מעגליך צוריק אפגעשיקט ווערן קיין מאראקא.

דאס קינד וויינט הויך אויפן קול, און ווי נאר ער קומט אן צו די ברעגעס, ווארפט ער אראפ פון זיך די שווים קליידער, און לויפט צו די הויכע צוים, וועלנדיג איר איבערקריכן, אבער ווי פארשטענדליך האבן אים די זעלנער געכאפט און אראפגעהאלטן מיט א קאלטבלוטיגקייט.

דער אלוועלטליכע ארגאניזאציע, 'דער רויטער קרייץ', געפינט זיך אויפן ארט, וואו זיי באהאנדלען די אויסגעמאטערטע אימיגראנטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל