22 מענטשן אומגעקומען אין אינדיע צייקלאן

ווי שוין נעכטן באריכטעט האט א מעכטיגע צייקלאן באפאלן די 'מומביי' געגנט אין אינדיע. די באריכטן ארויס פון אינדיע ווערן אלס שווערער, ווען באריכטן פון טויטע און געשעדיגטע קומען אריין, און די טויט צאל האלט יעצט ביי 22 אומגעקומענע.

אינדיער פרעזידענט, 'נארינדרא מאודי', האט באזוכט דעם ארט, און איז אריבערגעפלויגן די פארפלייצטע געגנטער, באטראכטנדיג די שרעקליכע שאדנס וואס די שטורעם האט אנגעמאכט.

מאודי האט אויך באשטעטיגט צענדליגער מיליאנען דאלארן פאר יענע געגנט, ארויסצוהעלפן צוריקבויען די איינגעפאלענע געביידעס און הייזער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל