עסטרייך קומט צוריק צו נארמאליטעט

אין נאך א גוטע צייכן אז די קאראנע ווירוס קומט צו אן ענדע בעז"ה, האט עסטרייך היינט ווידער אויפגעמאכט די קאפע-הייזער אא"וו, ווי מענטשן זענען שוין ערלויבט צו קומען עסן אין די רעסטוראנטן אא"וו.

מענטשן זענען געזען געווארן זיצן ארום די טישן, און האבן געפייערט די מאמענט מיט א גלעזל קאלטע ביר, און געקלאפט די גלעזלעך איינע אינעם צווייטן פאר פרייד.

אייראפע, ווי באקאנט, איז גאנץ שווער באטראפן געווארן פון די ווירוס, און האט זיך אויך געמוטשעט צו פארשפרייטן די וואקסין צו די בירגער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל