אונז האמיר באוויזן זיך צו פארבינדן מיט א ווארט-זאגער פון קארלין-סטאלין, און ער האט אונז קלארגעשטעלט, אז מער פון די אפיציעלע מעלדונג וואס זיי האבן ארויסגעגעבן האבן זיי נישט קיין סאך וואס צוצוגעבן.
מיר האבן זיך אבער יא פארבינדן מיט איינער וואס איז דארט געווען, בעת וואס ס'האט פאסירט, און מיט נאך אנדערע וואס זענען באקאנט מיט וואס דארט איז פארגעקומען.
צום אלעם ערשט ווערן די פארענטשעס שוין גענוצט פאר דרייסיג יאר. געוויסע רעקארדירונגען וואס זענען ארומגעפארן, און געמאכט זייער וועג אויף די געוועב, און וואס מענטשן דרינגען ארויס פון וואס מ'זעט דארט אז צוליב דעם האט פאסירט וואס האט פאסירט, איז ווי יעדע געשעעניש וואס ס'דרייען זיך ארום פאלשע שמועות, און אויסגעזויגענע טעאריעס, וואס האבן נישט קיין שייכות מיטן אמת.
אויך האבן מענטשן אנגעוויזן אויף געוויסע בילדער וואו מ'זעט אן אראבער זיך פארענען ביי די פארענטשעס, זאגט אונז א סטאלינער, אז יענער איז אן ארבייטער שוין פאר לאנגע יארן, און ער האט צוגעהאלפן מיטן אויפבויען די פארענטשעס. "ער האט מיט טעראריזם גארנישט, ער איז אן ארבייטער ביי אונז שוין יארן". אזוי לויפן ארום עפיזאדן וואס מענטשן פאבריצירן, און פילע פון די ווייסן אז ס'איז נישט אמת, אבער למען המצב שיקט מען עס ווייטער, און פון די שפיץ פון א וויידל ווערט א גאנצע קראקאדייל, וואס איז געבויט אויף לופט.
די מעמד איז געווען עפעס וואס חסידי קארלין-סטאלין האבן שוין ארויסגעקוקט א לאנגע צייט, און איז געווען איינע פון די ערשטע גרויסע געשעענישן, דערנאך וואס דער סטאלינער רבי שליט"א איז געווען פון די געציילטע רבנים וואס האבן בשום אופן נישט געוואלט פירן קיין גרויסע געשעענישן דורכאויס די קאראנע ווירוס, און האט פארלאנגט פון זיינע חסידים צו גיין מיט מאסקעס.
דער מעמד איז אריבערגעפירט געווארן צו אלע סטאלינער הויפן איבער דער וועלט, וואו די חסידים האבן עס געקענט מיטהאלטן אא"וו.
איבער די שמועות אז די געביידע איז נישט געווען אויסגעשטעלט לויט די זיכערהייט וואס ס'פארלאנגט זיך, קענען מיר אויך באשטעטיגן אז ס'איז עפעס וואס האט נישט קיין האפט אין זיך, און אלע זיכערהייט מאסנאמען פון א געביידע זענען שוין געווען איינגעשטעלט. דער ווארט-זאגער פון סטאלין האט אונז באשטעטיגט, אז דער רבי האט זייער קלאר געזאגט, אז מ'קומט נישט אריין אין די געביידע ביז ס'איז נישט דא די פארלאנגטע זיכערהייט.
"אין קארלין-סטאלין איז נישט דא אזא זאך וואס מ'פארנאכלעסיגט זיכערהייט, און ווער ס'קען עטוואס סטאלין ווייסט, אז דאס איז עפעס וואס דער רבי וואלט נישט צוגעלאזט", זאגט אונז דער ווארט-זאגער.
"ווען איך בין אריינגעקומען אין בית המדרש, האב איך געזען ווי ארבייטער מאכן די ספרינקלער סיסטעם. האבן מיר עטליכע געזאגט אז דער רבי לאזט נישט אפהאלטן די מעמד ביז ווען יעדע זיכערהייט רעגולאציע איז איינגעראכטן", זאגט אונז א באטייליגטער פון אמעריקע, וואס איז געפלויגן קיין ארץ ישראל מיטצוהאלטן דער גרויסער מעמד.
פאר די מעמד, ווען דער עולם איז שוין געווען פארזאמלט, האט דער גבאי געגעבן א שמועס פארן ציבור, איבער די זיכערהייט, און אז דער עולם זאל אכטונג געבן אויף די אנגעגעבענע סעיפטי רעגולאציעס.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א מורא'דיגע פייער, און דער עולם אויף די פארענטשעס האט זיך געהויבן אין די לופטן.
"איך בין געשטאנען אונטן, און ווי פארשטענדליך מיטגעהאלטן די מעמד מיט א שמחה, ווען פלוצלינג הערט זיך א שרעקליכע זעץ, און די גאנצע אויבערשטע חלק פארענטשעס זענען פלוצלינג פארשווינדן געווארן. איך האב נישט געוויסט וואס צו טון. אין קאפ איז מיר אריין די בילדער פון מירון, און איך בין געווען זיכער אז דא זענען דא פופציג טויטע רח"ל", דערציילט אונז דער איד. ס'איז געווען א שרעקליכע בהלה.
אין די ערשטע עטליכע מינוט איז געווען א פולשטענדיגע כאאס, מענטשן זענען ארויסגעלאפן, אנדערע האבן גלייך אנגעהויבן זאגן תהילים, אנדערע מיט שטערקערע הערצער זענען געגאנגען ארויסהעלפן ראטעווען מענטשן.
"איך בין געגאנגען זען וואס מ'קען ארויסהעלפן, אבער איך בין בטבע א ווייכער, האב איך זיך געזעצט זאגן תהלים, אבער זעענדיג אז מ'דארף הילף, און טראכטנדיג וואס איך האב געטראכט ווען כ'האב געזען די בילדער פון מירון, נעמליך אז איך וואלט זיכער ארויסגעהאלפן, און דא שטיי איך אין א מצב וואס כ'קען אפשר עפעס העלפן, האב איך גענומען די שטארקייט, און אנגעהויבן ארויסצופירן פארוואונדעטע. כ'האב נעבעך געזען וויאזוי הצלה-לייט ארבעטן שווער איבער א פאציענט, און ווי כ'האב שפעטער אויסגעפינען איז יענער טאקע געווען דער אינגערמאן 'רובינשטיין', וואס איז ליידער אוועק. אזוי האבן מיר ארויסגענומען איינער נאך די צווייטע, שווער-פארוואונדעטע, צו די אמבולאנסן, וואו די הצלה-לייט האבן זיך אפגעגעבן מיט זיי.
פון די אפיציעלע מעלדונג וואס די פירערשאפט אין קארלין-סטאלין האט ארויסגעגעבן. מיר שרייבן עס איבער אין אידיש.
"אונז זעמיר זייער צעבראכן איבער די טראגעדיע וואס איז געשען אין אונזער קהילה. אין נאמען פון די משפחות און די גאנצע קהילה, געבן מיר איבער א דאנק פאר די אלע הצלה-לייט, נורסעס אא"וו, יעדער איינער וואס האט זיך איבערגעגעבן ארויסצוהעלפן צו ראטעווען פילע לעבנס.
חסידות סטאלין איז שטארק מקפיד אין 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם'. און אלעס וואס האט צוטון מיט די זיכערהייט פון מענטשן, איז באקאנט אז דאס איז ביי אונז א גאר שטארקע זאך. אפילו פאר די יעצטיגע מעמד האבן מיר אריינגעלייגט גרויסע כוחות איבער די זיכערהייט. מיר האבן אויפגעשטעלט נויטפאל צימערן און אנדערע זיכערהייט מאסנאמען.
די מענטשן וואס שטעלן צוזאם וואס דא האט פאסירט מיט דאס אויפבויען דעם בית המדרש, זענען אפגעפרעגט. דאס אויפבויען די בית המדרש הגדול איז געווען מיט די פולע זיכערהייט רעגולאציעס, און אלעס האט געהאט די באשטעטיגונג פון די אגענטורן וואס געבן זיך אפ מיט זיכערהייט, אנדעם וואס מ'זאל פראבירן צו פארנאכלעסיגן אדער באהאלטן עפעס.
ווי ס'זעט יעצט אויס איז עס געווען עפעס וואס האט געהאט צוטון מיט די פארענטשעס. און אונז, חסידות קארלין, גייען זיכער מאכן אז די וואס דארפן דאס בודק זיין, זאלן עס טאקע אויספארשן. מיר רעספעקטירן די געזעץ, און אלע וואס זענען אחראי אויף דעם, און מיר וועלן זיי ארויסהעלפן אנקומען צו דעם אמת.
מיר זענען זיך משתתף מיט די טיפער צער מיט די משפחות, און מיר דאווענען פאר די אלע וואס דארפן נאך האבן א רפואה שלימה.
אונז בעטן אלע אין די מידיע צו זיך רעכענען מיט די געפילן פון די משפחות פון די אומגעקומענע און פארוואונדעטע."
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה