רודי דזשוליאני אויסגעטריקנט פון געלט

דער געוועזענער ניו-יארק סיטי מעיאר, 'רודי דזשוליאני', גייט אריבער א היבש-שווערע צייט אין די לעצטע עטליכע טעג, פון ווען די עף.בי.איי. האט אוועקגענומען פילע פון זיינע עלעקטעראנישע חפצים פון זיין שטוב און פון זיין אפיס.

דזשוליאני האט שוין זינט דאן אויפגעטרעטן אויף עטליכע אינטערוויו'ס, וואו ער רייסט ארונטער די עף.בי.איי. און די ביידען אדמיניסטראציע, ער באשולדיגט די יוסטיץ דעפארטמענט אין א פריוו צו פארשמוצן זיין נאמען.

ס'ווערט באריכטעט אז דזשוליאני איז שטארק געדרוקט אין געלט, און האט זיך געוואנדן צו פרעזידענט טראמפ און געבעטן ער זאל אים עפעס אריינווארפן פאר די לעגאלע קאסטן, אבער טראמפ האט זיך אפגעזאגט פון אים געבן געלט פאר זיין דעפענס.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל