פרוי געקומען קיין ניו-יארק ארבעטן, פארלאזט ניו-יארק נאכן אטאקירט ווערן

אין א פרישע צייכן אז ניו-יארק סיטי איז היבש קרימינאליזירט געווארן, האט א פרוי וואס איז געקומען קיין ניו-יארק פון מיזורי צו ארבעטן פאר א נורסינג פירמע, ווי אויך אריינצושפריצן די קאראנע ווירוס וואקסין פאר ניו-יארקער, זיך געפאקט פעק, און צוריק אהיימגעפארן צו אירע עלטערן אין מיזורי, נאכן וויילן דא בלויז דריי גאנצע טעג, דערנאך וואס זי איז אטאקירט געווארן.

די פרוי זאגט אז זי איז געשטאנען ביי איינע פון די באן סטאנציעס, ווען זי איז פלוצלינג אטאקירט געווארן אין איר געזיכט.

זי זאגט אז זי איז נישט געקומען קיין ניו-יארק צו ווערן אטאקירט, און זי גייט נישט נעמען די שאנס נאכאמאל אטאקירט צו ווערן, און דאן וועלן אירע עלטערן שוין מער נישט זיין אין ניו-יארק, וואו זיי זענען מיטגעקומען איר צו באגלייטן אהער.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל