פרעזידענט ביידען איז היינט געווען אין לואיזיענע, וואו ער איז אהינגעפארן צו פאראויסשטופן זיין אינפראסטראקטור פלאן.
דער פרעזידענט האט אויפגעטרעטן, און פון אונטער אים האט זיך אנגעזען א זיבעציג יעריגע פארנומענע בריק אין לואיזיענע, וואס איז באקאנט צו זיין אין גאר א שוואכע צושטאנד. שוין צענדליגע יארן וואס פאליטיקאנטן פארשפרעכן צו איבערפרישן יענע בריק, אבער האט נאך ביז היינט נישט פאסירט.
דער פרעזידענט האט ביי זיין אויפטריט קלארגעמאכט, אז ער גייט נישט דורכלאזן זיין טערמין אנדעם וואס אן אינפראסטראקטור פלאן זאל באשטעטיגט ווערן. ביידען האט אויך געזאגט אז עטליכע פון זיינע פארגייער האבן שוין צוגעזאגט אז מ'גייט פארשטערקערן און פארבעסערן די אינפראסטראקטור, אבער ביזדערווייל האט עס נאכנישט פאסירט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה