שווערע באמבארדירונגען אין סיריע

ס'ווערט באריכטעט אז שוין די צווייטע נאכט נאכאנאנד איז געהערט געווארן שווערע באמבארדירונגען אין סיריע, וואס די ארטיגע רעגירונג באשולדיגט די מדינת ישראל מיליטער אין דורכפירן די לופט אטאקעס.

די באמבארדירונגען זענען פארגעקומען נישט ווייט פון די גרעניצן מיט מדינת ישראל ביי די גולן הויכן. די ציל איז געווען א מיליטערישע איינריכטונג.

מדינת ישראל האט שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז זיי וועלן בשום אויפן נישט דערלאזן אז איראן זאל זיך באפעסטיגן ארום איר, און טאקע אין די לעצטע יארן האט שוין מדינת ישראל דורכגעפירט הונדערטער שווערע באמבארדירונגען אין סיריע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל